בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יונגע קינדער דארפן שפילן און זיך אויסגעבן
שלום בית, חינוך הילדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין מעסידזש.


יונגע קינדער איז נישט כדאי צו שטופן לערנען משניות און גמרא, יונגע קינדער דארפן שפילן און זיך אויסגעבן. מען לערנט מיט זיי אין חדר גאר אסאך, יעצט איז די צייט זיי זאלן זיך אויסגעבן; שפרינגען, טאנצן, קריכן און לויפן, וכו', וכו'.


חוץ מזה, זיי כאפן נאך נישט די זאך פון זאגן די ווערטער; זיי הויבן אן מישן די דפים און מאכן יעדן טאג סיומים... (אויך נישט שלעכט, צו בלעטערן די הייליגע דפים גמרא).


בנוגע פרנסה וכו'; ווי מער דו וועסט שעצן דיין ווייב וועט זיך עפענען פאר דיר מער און מער שפע, איר באמת שעצן און האלטן טייער, נישט סתם זאגן. זי זאל שפירן אז דו האלסט פון איר, פון איר צניעות און פון איר וועג ווי אזוי זי גייט אנגעטון וכו', וכו'; דורכדעם וועסטו האבן שפע.