בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר'ן העלפן דעם בית המדרש אין ירושלים
הכרת הטוב, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן דעם בית המדרש אין ירושלים, איך הער זאגן אז דו האסט געגעבן 500 ש"ח פאר די לעקטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן און נחת פון אלע דיינע קינדער.