בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט יעדן קינד קומט מיט גרויס שפע
חיזוק פאר פרויען, קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שעפט חיזוק פון די פרויען האטליין, פון די שיעורים און פון די מעשיות פון תפילה.


בנוגע צו באקומען א היתר פאר נאך צייט וכו'; מען קען נישט זיך אפהאלטן פון האבן קינדער נאר ווען עס איז נוגע צום געזונט פון די פרוי אדער דער מאן, סיי פיזיש און סיי גייסטיש; נאר דעמאלט געבט דער רב א היתר וכו', אבער אויף דאס וואס איר שרייבט אז איר שפירט אז איר קענט אויפבויען א נאנטע קשר צווישן אייך און אייער מאן אן קליינע קינדער וכו' - אויף דעם קען מען נישט געבן קיין היתר. קינדער שטערן נישט פון האבן א נאנטע קשר, אויב עפעס איז נאר פארקערט, מיט קינדער וועט אייער קשר נאר ווערן שטערקער און שטערקער.


בנוגע וואס וועט זיין מיט געלט וכו'; אויף דעם דארפט איר נישט זארגן. דער אייבערשטער איז א זן ומפרנס, ער געבט געלט פאר יעדן איינעם בפרט ווען עס קומט א קינד דעמאלט קומט גרויס שפע, אזוי ווי צדיקים טייטשן דעם מאמר חז"ל (עיין נדה לא:): "בָּא תִּינוֹק לָעוֹלָם, בָּא כִּכְּרוֹ בְּיָדוֹ", אז ווען עס ווערט געבוירן א קינד קומט שוין מיט אים שפע.


וואס זאלן מיר טון אז בעוונותינו הרבים האט זיך אריין געכאפט ביי אידישע קינדער די זאך פון נישט האבן קינדער רחמנא לצלן; מענטשן טוען איבעררעדן אנדערע נישט צו האבן קינדער מיט'ן אויסרייד: "וואס וועט זיין מיט פרנסה?" אדער אנדערע נארישע סברות, אזוי אויך האלט מען פאר מענטשן: "אויף וועמענ'ס חשבון האסטו קינדער?!"


דעריבער, אז איר שרייבט נישט אז איר בעט דאס צוליב אייער כח צושטאנד נאר צוליב בויען א קשר וכו' איז זיכער אז איר זאלט זיך נישט צוריק האלטן וכו'.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו מגדל זיין אייערע קינדער אויפ'ן דרך התורה.