בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאזט אייך נישט פארנארן
חסידות ברסלב, חיזוק פאר פרויען, פארנארן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איר האט מיר געפרעגט אויב עס אמת אז א פרוי איז געקומען און זי רעדט איין אונזערע פרויען אז זי זעט זאכן, זי זעט זאכן אין דעם מענטשנ'ס אויגן וכו' וכו'.


איך בעט אייך זייער, הייבטס אן טרינקען פון די אונגארישע וויין, הייבטס אן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; לערנטס אשר בנחל, לערנטס עצתו אמונה - וועט מען אייך נישט קענען אפנארן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רס): עס איז געווען אמאל א גרויסער סוחר, א וויין סוחר; ער האט געהאט די בעסטע וויין, די 'אונגארישע וויין'. איינמאל ווען ער איז געפארן אונטערוועגנס האט אים זיין משרת און דער בעל עגלה געבעטן אויב זיי קענען פארזוכן אביסל פון די גוטע וויין, די 'אונגארישע וויין'; דער בעל הבית האט זיי געגעבן אביסל און זיי האבן געהאט א געלעגנהייט צו פארזוכן פון די גוטע וויין.


אפאר טעג שפעטער האט זיך געמאכט אז דער משרת איז אנגעקומען אין א קליין שטעטעלע צו א פלאץ וואו מען האט געטרינקען וויין, די מענטשן האבן זייער אויסגעלויבט די וויין, זיי האבן געזאגט: "דאס איז דאך די גוטע וויין, די אונגארישע וויין", האט דער משרת זיי געבעטן אויב ער קען אויך טרינקען אביסל פון די גוטע וויין, די אונגארישע וויין; זיי האבן אים געגעבן אביסל פון די וויין, נאכדעם וואס ער האט געטרינקען דערפון האט ער זיך אנגערופן צו זיי און געזאגט: "איך ווייס אז די וויין איז נישט קיין גוטע וויין, עס איז בכלל נישט קיין אונגארישע וויין", אלע האבן אנגעהויבן שרייען אויף אים, מען האט אים געשלאגן, היתכן ער רעדט אויף די וויין, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס און ווייטער געזאגט: "איך ווייס אז די וויין איז נישט קיין גוטע וויין, עס איז בכלל נישט קיין אונגערישע וויין", ער האט צוגעלייגט אז ער איז געווען ביי א גרויסער סוחר וואו ער האט שוין פארזוכט פון די גוטע וויין וכו'.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה און געזאגט: "לֶעָתִיד כְּשֶׁיָּבוֹא מָשִׁיחַ", ווען משיח וועט קומען, "אָז יֵדְעוּ כְּשֶׁיִּתְּנוּ יַיִן הַמְשֻׁמָּר", דעמאלט וועט איר וויסן ווען מען וועט אייך געבן פונעם יין המשומר, "אֲזַי לַאֲחֵרִים יוּכְלוּ לְהַטְעוֹת וְיִתְּנוּ לָהֶם יַיִן וָואלִיחְשֶׁין סְטְרָאוִויצְטֶיר וְיֹאמְרוּ לָהֶם שֶׁהוּא יַיִן הַטּוֹב הַמְשֻׁמָּר", אנדערע מענטשן וועט מען קענען אויסנארן, מען וועט זיי געבן סתם וויין און מען וועט זיי זאגן אז דאס איז גוטע וויין, דאס איז דער יין המשומר, "אֲבָל לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵנוּ לא יוּכְלוּ לְהַטְעוֹת כִּי אֲנַחְנוּ טָעַמְנוּ הַיַּיִן הַטּוֹב", אבער אנשי שלומינו וועט מען נישט קענען פארנארן ווייל איר האט שוין טועם געווען פון די גוטע וויין.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן הערן אזויפיל דרשות און נאכן זען וואס מוהרא"ש געבט אונז - ווערט איר נאכאלץ פארלוירן פאר באבע מעשיות, יעדעס מאל עס קומט א פרוי און הייבט אן רעדן אירע זאכן, קויפט איר אפ אירע רייד. איר קענט דאך גלייך זען וואס זי רעדט, וואס זי פארקויפט און וואס אירע ווערטער זענען; זי רעדט פון אייבערשטן? זי רעדט פון צדיק? אויב זי רעדט פונעם אייבערשטן, פון פאלגן א צדיק, זי דערציילט וואס זי האט באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און זי איז מחזק אנדערע פרויען צו גיין אין די וועגן פונעם צדיק, דעמאלט קענט איר זי אויסהערן (נישט יעדע ווארט וואס זי זאגט מיינט אז דאס איז וואר), אבער אז זי רעדט אירע שיינע חלומות, אירע פאנטאזיעס (טשאדעלע באדעלע) - וואס קויפט איר דאס אפ?


עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס פרויען קומען דא און פרובירן צו מאכן פרנסה אויף אונזערע ווייבלעך און עס איז נישט דאס לעצטע מאל, און עס איז אלץ דא שוואכע וואס ווערן אריין גענארט; בפרט ווען מען הייבט אן רעדן פון געזונטע עסן און קעגן שאטס וכו' וכו', זאלט איר שטענדיג זיך אכטונג געבן פון זיי.


איך וועל אייך נאך שרייבן מער באריכות אן אנדערע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.