בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך אן התעוררות צווישן די אינגעלייט צו העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן
אומאן, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר אויף דעם וואס דו העלפסט מיר מיט'ן בנין אין אומאן; סיי פאר דאס וואס דו האסט מיר געהאלפן דעם ווינטער איך זאל קענען באצאלן אביסל חובות און סיי וואס דו האסט זיך יעצט אונטער גענומען צו העלפן ענדיגן דעם בנין כדי מיר זאלן קענען זיין דארט דעם קומענדיגן ראש השנה שנת תש"פ הבא עלינו לטובה מיט אלע באקוועמליכקייטן.


געב איבער פאר אלע יונגעלייט אז זיי זאלן זיך אונטער נעמען אלע צוזאמען צו העלפן ענדיגן דעם בנין; אפילו די יונגעלייט וואס האבן שוין געגעבן זייער חלק אינעם בנין זאלן גיין צוזאמנעמען געלט. נעם נישט פון די יונגעלייט זייער אייגענע געלט וואס זיי האבן נישט, נאר רעד צו זיי זיי זאלן גיין נאך געלט, בפרט יעצט ווען עס קומען די טעג פון פורים און אידן עפענען די טירן צו געבן צדקה זאלן אלע תלמידים זיך אונטער נעמען צו גיין צוזאמנעמען געלט צו העלפן ענדיגן דעם בנין.


איך ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער דאס יאר קומען שוין א גאנצע כיתה פון קינדער קיין אומאן פון כתה ב'; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו, אז יעדעס קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר, וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; דערפאר פירן זיך תלמידי היכל הקודש צו ברענגען די קינדער יעדן ראש השנה צום רבי'ן אין אומאן פון די זיבן יאר און ווייטער; מען קוקט נישט אויף קיין געלט, טרחה וכו', מען וויל פשוט מחנך זיין די קינדער זיי זאלן לעבן מיטן רבי'ן.


דערפאר דארפן מיר האבן א ריינע אפגעהיטענע פלאץ וואו מען קען לאזן די קינדער ארום גיין ראש השנה, מען קען נישט ברענגען קינדער קיין אומאן אן קיין השגחה. דעריבער האב איך זיך מוסר נפש געווען און אריין געשפרינגען אין הונדערטער טויזנטער דאללער חובות אז מיר זאלן האבן א ריינע אפגעהיטענע פלאץ וואו צו זיין מיט די קינדער.


זאלסטו מאכן אן התעוררות צווישן די יונגעלייט זיי זאלן אלע העלפן ענדיגן דעם בנין; אין דעם זכות וועסטו טרעפן בקרוב דיין זיווג און אויפשטעלן א שטוב מיט ערליכע קינדער.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע יונגעלייט.