בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט'ן הייליגן רבי'ן קען מען זיך אן עצה געבן
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, חיזוק פאר פרויען, פחדים, צניעות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן; דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, איר וועט זיין א גוטע מאמע פאר אייערע קינדער, איר וועט זיי שיין ערציען.


טראכטס נישט אז איר וועט זיין אזוי ווי וכו'; איר וועט יא זיין א גוטע מאמע, איר האט א צדיק, איר זענט מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז די וועג ווי אזוי מען ברענגט אויף קינדער, ווי אזוי מען ערציט קינדער, וועט איר זיכער זיין א גוטע מאמע. אן א צדיק איז זייער שרעקעדיג, אן א צדיק ווייסט מען נישט ווי אזוי צו זיין א געטרייע מאמע, מען ווייסט גארנישט אליינס, אנדערש איז דער וואס לעבט מיט'ן הייליגן רבי'ן, דער ווייסט גענוי ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, מען ווערט נישט פארלוירן.


בנוגע די שרעקליכע מעשה וכו'; איר זאלט זיך נישט באשולדיגן, עס איז נישט אייער שולד. דער אייבערשטער וועט יענעם באצאלן, ער וועט האבן א מיאוס'ע ענדע, דאס וואס אלע מניוולים האבן, עס וועט נישט נעמען לאנג ביז ער וועט אנקומען אין תפיסה פאר די רעשט פון זיין לעבן.


האטס נישט מורא צו גיין אין גאס, זייטס נישט דערשראקן צו פארן מיט די שטאטישע באסעס; האטס נישט מורא פון קיינעם אויף די וועלט, דער אייבערשטער איז מיט אייך, ביי אייך און נעבן אייך; חזר'טס זיך אמונה, זינגטס צו זיך שטילערהייט: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפינט זיך אין א יעדע ארט; דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס לעבט פון אים, אלעס קומט פון אים, קיינער קען מיר גארנישט טון"; דורכדעם וועט איר באקומען א שטארקייט, איר וועט זיין רואיג און פרייליך.


זעטס צו הערן אסאך מוזיק, בעיקר פרייליכע ניגונים; ניגונים וואס ברענגט שמחה.