בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט'ן העלפן אידן איז מען זוכה צו נחת פון די קינדער, וועלכע טריפס צו גיין
חינוך הילדים, מלמדים, חיזוק פאר מיידלעך, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית חינוך לבנות "בית פיגא" ברסלב.


מזל טוב פאר אייער זון'ס אפשערן; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך נחת ביי אייערע קינדער אין דעם זכות וואס איר געבט זיך אוועק טאג און נאכט פאר אונזערע טעכטער אז זיי זאלן אויפוואקסן אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


עס ווערט געברענגט פונעם בארדיובער רב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו (אין די הקדמה פון זיין ספר דברי אברהם [הקדמת נכד המחבר]) אז ער איז אמאל אריין צו זיין רבי'ן דער חתם סופר זי"ע און געזען אז ער איז זייער צוטראגן, האט ער אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי צוטראגן, האט זיך דער חתם סופר אויסגערעדט פאר אים: "איך בין רב אין שטאט און איך האב א ישיבה; איך דארף געבן שיעורים פאר די בחורים, איך דארף שרייבן תשובות, און איך האב נישט קיין צייט זיך אומצוקוקן אויף מיינע קינדער, עס איז שוין דריי וואכן וואס איך קום נישט אן צו פארהערן מיין זון שמעון (רבי שמעון סופר)", שרייבט ער, אז ער האט געבעטן פון זיין רבי'ן רשות צו זאגן א דבר תורה, עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כו): "כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וּמַלְוֶה, וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה", דער צדיק בארגט א גאנצן טאג פאר אנדערע און זיינע קינדער ווערן געבענטש, לכאורה – איז דען דער צדיק אזא גרויסער עושר?! ער האט א באנק? ער האט אזוי סאך געלט צו קענען בארגן א גאנצע טאג פאר מענטשן?! זאגט ער - ניין, דער צדיק האט טאקע נישט קיין גרויס פרנסה, אבער וואס טוט ער יא? ער בארגט אוועק זיין גאנצע 'טאג' פאר אידישע קינדער, "כָּל הַיּוֹם" - זיין גאנצע טאג, "חוֹנֵן וּמַלְוֶה" - געבט ער אוועק פאר אנדערע. דארף מען פארשטיין, אז ער געבט אוועק זיין גאנצע טאג פאר אנדערע, וואס וועט זיין מיט זיינע קינדער? פירט דער פסוק אויס: אין דעם זכות וואס ער איז "כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וּמַלְוֶה" - "וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה", וועט אים דער אייבערשטער בענטשן מיט גוטע קינדער; אז דו טוסט פארן אייבערשטנ'ס וועגן וועט דער אייבערשטער דיר באצאלן.


האט ער געזאגט פארן הייליגן חתם סופר: דער רבי איז דאך "כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וּמַלְוֶה", דעם גאנצן טאג געבט דער רבי אוועק פארן ציבור, ממילא "וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה", וועלן געבענטש ווערן דעם רבינ'ס קינדער. דער פנים פונעם חתם סופר האט אויפגעלאכטן הערנדיג די טרעפליכע ווערטער און ער האט עס אנגענומען. ביי שלש סעודות האט ער איבערגעזאגט ברבים דער ווארט בשם זיין תלמיד.


זעט מען אז ווען מען טוט פאר א צווייטן העלפט דער אייבערשטער מען זאל האבן הצלחה מיט די אייגענע קינדער.


בנוגע פארן מיט מיידלעך צו טריפס; איר ווייסט דאך אז מוהרא"ש האט נישט געהאלטן פון נעמען קינדער אויף טריפס. מוהרא"ש שרייבט פאר די מנהלת פון בית פיגא אין יבניאל אז מען זאל נעמען די מיידלעך נאר צו מקומות הקדושים און אויפן וועג זיך אפשטעלן אין א פארק וכו' אבער נישט גיין אויף סכנה'דיגע טריפס.


דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט צו פאסטן אין א טאג וואס די קינדער פון קעמפ זענען געפארן צו א טריפ, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה ד): "כָּל הַדְּרָכִים בְּחֶזְקַת סַכָּנָה", ווען מען פארט אויף א וועג איז מען אין א סכנה; מה שאין כן אויב מען פארט צו א הייליגע פלאץ איז מען אפגעהיטן ווייל (פסחים ח.): "שְׁלוּחֵי מִצְוָה אֵינָן נִיזוֹקִין"; דערפאר אז מען פארט צו א ציון פון א צדיק מתפלל זיין איז מען במשך די גאנצע נסיעה אפגעהיטן פון שלעכטס, אבער סתם ארויס נעמען די קינדער צו ווייטע נסיעות, ווער רעדט נאך ביינאכט וכו', איז זיכער נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך.


זיער גוט האט איר געטון אז איר האט גענומען די מיידלעך די וואך קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן סאטמארער רבי זי"ע זיי זאלן דארט מתפלל זיין; הגם עס זענען דא וואס זאגן אז פרויען זאלן נישט גיין אויף א בית החיים וכו', דאס איז סתם אזוי ווען מען גייט צו א בית החיים - איז נישט כדאי אז פרויען זאלן גיין, אבער צו קברי צדיקים איז נישט קיין שום פראבלעם. אדרבה, וואויל איז פאר א פרוי וואס קען גיין צו א ציון פון א צדיק; צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין אלעמאל נישט קיין חילוק אין וואסערע זמנים וכו'.


דעריבער פריי איך מיר אז איר האט זיי גענומען צו קברי צדיקים; דאס איז אונזער זאך - מחנך זיין קינדער מיט אמונת חכמים, זיי זאלן אויפוואקסן מיט תפילה, זיי זאלן אלעמאל וויסן אז אויב זיי וועלן דארפן א ישועה זאלן זיי גיין צו קברי צדיקים מתפלל זיין. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך"; דערפאר איז א גרויסע זאך צו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, ווייל דארט איז א פלאץ וואס די תפילות גייען ארויף אין הימל, אפילו ווען דער מענטש איז נישט ראוי.


אז מען וועט זיי ברענגען אין קעמפ א באלאן מיט וואסער צו טאנצן אויף דעם וועלן זיי זיין פרייליך און צופרידן; עס פעלט נישט אויס מער פון דעם. בפרט די מיידלעך וואס זענען אלץ געווען ביי אונז אין קעמפ, וואס דארף מען זיי עפענען די אויגן צו נישט וויכטיגע זאכן?


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויפצוברענגען אונזערע קינדער בקדושה וטהרה.