בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט'ן זאגן תהלים און זיך פירן מיט דרך ארץ, וועסטו באקומען א גוטע שידוך
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים; דו פרובירסט צו זאגן דעם "יום תהלים", אז דו האסט נישט קיין צייט זאגסטו וויפיל דו קענסט און יעצט האסטו געענדיגט די עלפטע מאל תהלים.


אז דו וועסט ווייטער זאגן תהלים און דו וועסט זיך פירן איידל מיט דרך ארץ וועסטו באקומען א גוטע שידוך, אן ערליכער מאן וואס וועט דיר מכבד זיין דיין גאנץ לעבן.


די בילדער וואס דו מאלסט אויפ'ן בריוו איז זייער שיין; יעדעס מאל דו ענדיגסט נאך אמאל תהלים, שרייב מיר א בריוו מיט שיינע בילדער.