בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די משניות, די מסכתות און די פרקים, וועט דיר באגלייטן בזה ובבא
לימוד התורה, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קען זיך נישט בארואיגן פון וואס דו האסט מיר דערציילט היינט, דו האסט געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי הונדערט און דריי און צוואנציגסטע מאל; וואו אין די וועלט איז דא אזא זאך, א אינגערמאן זאל זוכה זיין צו לערנען און חזר'ן אזוי סאך מאל מאל ששה סדרי משנה...


 די משניות, די מסכתות און די פרקים – וועט דיר באגלייטן בזה ובבא; דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס, דאס וועט דיר ברענגען צו אלעס גוטס; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך האב דיר זייער ליב.