בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישטא קיין גרעסערע ווייטאג ווי אז די קינדער גייען אוועק פון אידישן וועג
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, קינדער, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי', ירושלים.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווי קען איך אייך טרייסטן? נישטא קיין גרעסערע ווייטאג פאר א מאמע ווי אז אירע קינדער גייען אוועק פון אידישן וועג, דאך וועל איך אייך שרייבן אפאר ווערטער פון חיזוק, איך האף איר וועט דאס אננעמען.


שטארקט אייך אין תפילה, בעטס ווייטער דעם אייבערשטן טאג נאך טאג אז אייערע קינדער זאלן אלע זיין ערליכע אידן; תפילה איז זייער א שטארקע זאך, מיט תפילה קען מען זען ניסים ונפלאות, שידוד הטבע ממש. איר ווייסט זיכער וואס רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיין חבר רבי נפתלי זכרונו לברכה ווען ער האט מתפלל געווען אז זיין זון זאל שטארבן נאכדעם וואס ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זון איז אוועק פון אידישן וועג: "אז דו האסט יא אזא כח, דו קענסט פועל'ן מיט'ן דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן? וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן!"


איר וועט מיר זיכער ענטפערן אז איר דאווענט שוין לאנג אויף דעם, איר בעט יעדן טאג, איר וויינט און זאגט תהילים און איך האב אייך גארנישט מחדש געווען אינעם בריוו; איך זוך נישט צו מחדש זיין, איך זיך צו מחזק זיין, איך וויל אייך שטארקן איר זאלט ווייטער דאווענען, איר זאלט ווייטער בעטן.


געבט אכטונג אויף די קינדער, זייט ווייטער ווארעם און געטריי צו זיי; דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו האט געהאט א זון וואס איז אראפ פון אידישן וועג רחמנא לצלן, מיט דעם אלעם פלעגט דער הייליגער באר מים חיים אים געבן עסן, קליידער און אים געהאלטן אין שטוב וכו'. יעדן צופרי ווען דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו איז אויפגעשטאנען, האט ער געזאגט פאר'ן באשעפער: "רבונו של עולם, קוק וואס איך טו מיט מיין זון, אפילו ער פירט זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, דאך געב איך אים עסן און אלע זיינע הצטרכות'ער; איך בין נאר א בשר ודם, איז דאך זיכער אז דו רבונו של עולם, וואס דו ביסט דער אב הרחמן, טוב ומטיב ורב חסד, זאלסטו זיכער העלפן אידישע קינדער מיט אלעס וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין".


מיט דעם טייטשט דער הייליגער רבי מאיר'ל מפרימישלאן זכותו יגן עלינו (דברי מאיר, פרשת תולדות) דעם פסוק (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו"; ווי קען מען זאגן אויף יצחק אבינו אז ער האט ליב געהאט עשו הרשע? זאגט ער, אז יצחק אבינו האט דאס געטון, נאר "כִּי צַיִד בְּפִיו", ער זאל קענען מיט דעם מנצח זיין דעם אייבערשטן, ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, קוק ווי איך געב פאר עשו וואס ער דארף, איך האב אים ליב אפילו ער גייט נישט בדרך הישר, זאלסטו אודאי העלפן אידן מיט וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין", עיין שם; זעט מען ווי אזוי צדיקים האבן זיך געפירט מיט זייערע קינדער ווען זיי זענען נישט געגאנגען בדרך הישר.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף זיי, זיי זאלן זוכה זיין צו תשובה טון מיט אלע אידן אינאיינעם.