בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די פלעי איז געווען א גרויסער קידוש ה'
קדושה, חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידות פון בית פיגא ברסלב שתחיו


וויסן זאלט איר אז איר האט געמאכט א גרויסער קידוש השם מיטן אהערשטעלן א פלעי אזוי שיין און אזוי טאלאנטפול.


מיר האלטן אין איין באקומען גוטע גריסן אויף די מיידלעך פון בית פיגא, מענטשן זאגן: "מען זעט נישט מיידלעך זאלן זיין אזוי פרייליך און ערליך".


מיינע משפחה מיטגלידער שתחיו זענען געקומען צו די פלעי; מיין מאמע זאל זיין געזונט און שטארק זאגט מיר אז זי קען זיך נישט בארואיגן פון די פלעי, אויך  האב איך א שוועסטער וואס איז געקומען צו פארן פון לעיקוואד - א וועג פון צוויי שעה צו פארן – צו זען די פלעי, נאר ווייל איר לעבן און איר גאנצע חיות איז נאר פונעם רבי'ן.


דעריבער וויל איך ענק מחזק זיין איר זאלט זיך ווייטער פירן מיט דרך ארץ; איר ווייסט דאך אוודאי אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד "דרך ארץ". דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; אז מען פירט זיך אויף מיט דרך ארץ אין שטוב צו די עלטערן און אין שולע צו די טיטשערס - דאס איז א ריכטיגע תלמידה פון בית פיגא און דאס הייסט א תלמידה פון היכל הקודש.


רעדט נאר מיט מיידלעך וואס רעדן שיינע און איידעלע זאכן; אויב א חבר'טע רעדט פון נישט איידעלע זאכן זאלט איר זיך זוכן אן אנדערע פרענד. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען צרות און נייע גזירות; "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים חַס וְשָׁלוֹם", יונגע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזירה פאר זיבעציג יאר, צערייסט מען די גוטע גזירה און ער ברענגט אויף זיך שלעכטס, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", אויך אז מען רעדט ניבול פה מאכט מען זיך טיפער דעם גיהנום.


דערפאר בעט איך אייך אלע טייערע תלמידות פון בית פיגא, פאר ענקער טובה וועגן: רעדט נישט מיט פרענדס, שכנים, משפחה - נישט איידעלע שמועסן, ווייל אפילו מען רעדט נישט קיין ניבול פה, נאר מען הערט בלויז ווי מען רעדט ניבול פה איז אויך זייער ביטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", נישט נאר דער וואס רעדט ניבול פה באקומט די נישט גוטע זאכן, נאר אויך דער וואס הערט און שווייגט. נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ה): "חָמוּר הָאוֹמֵר בְּפִיו מִן הָעוֹשֶׂה מַעֲשֶׂה", דער וואס רעדט ניבול פה, מען פארציילט א מעשה וואס איז נישט איידל וכו', איז נאך פיל ערגער ווי דער וואס האט געטון די מעשה; זעט מען וואסערע צרות מען ברענגט אויף זיך ווען מען רעדט ניבול פה.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואספארא נחת רוח איר מאכט פאר מוהרא"ש מיט דעם וואס איר זענט ערליך און צניעות'דיג; נאך אביסל וועט איר אלע טרעפן גוטע שידוכים און איר וועט אויפשטעלן ערליכע שטובער לויטן רבי'ס וועג.


הערט זיך צו צו אייער טיטשער מרת ... תחי', וואס זי זאגט זאלט איר פאלגן. מרת ... תחי' איז א מתנה פאר אונזער סקול; די גאנצע פלעי איז איר צו פארדאנקען און די גאנצע סקול שטייט אדאנק אירע כוחות. איר זענט גליקליך צו האבן אזא מנהלת און אזא טיטשער ווי מרת ... תחי', דעריבער זאלט איר אויסהערן וואס זי לערנט מיט אייך, וועט אייך זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.