בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארק דיך אין אמונה און אין כיבוד אב ואם
כיבוד אב ואם, אמונה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך ווייטער מיט אמונה אינעם אייבערשטן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; ווי אזוי איז מען זוכה צו א קלארע אמונה? דורך דעם וואס מען רעדט פון אמונה, אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן, אלץ שטערקער ווערט אין אים איינגעבאקן די אמונה.


וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן פונעם אייבערשטן וועט איר זען ניסים און וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


בנוגע אייערע עלטערן וכו'; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי, פאה א, א) אז דער הייליגער תנא רבי טרפון, ווען ער פלעגט זען ווי זיין מאמע גייט שבת שפאצירן אין איר חצר פלעגט ער זיך אראפ לייגן אויף דער ערד און לייגן זיינע הענט אונטער אירע פיס און איר זאגן: "מאמע, טרעט אויף מיר", און אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר בעט. איינמאל איז רבי טרפון נישט געזונט געווארן, ווען די חכמים זענען געקומען אים מבקר חולה זיין האט זיין מאמע זיי געזאגט: "זייטס מתפלל פאר מיין זון ער זאל געזונט ווערן, ווייל ער איז מיר מכבד מער וויפיל מען דארף", האבן זיי איר געפרעגט וואס ער טוט, האט זי זיי דערציילט אז ער לייגט אונטער זיינע הענט אז זי זאל קענען גיין וכו', האבן די חכמים געזאגט: "אפילו ער זאל דיר טון טויזנט מאל טויזנט מער ווי ער טוט דיר יעצט, האט ער נאך נישט מקיים געווען די מצוה אזוי ווי עס דארף צו זיין"; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף זיין נזהר אין די מצוה.


דעריבער זאלט איר אכטונג געבן נישט צוריק צו ענטפערן פאר זיי; אפילו מען שרייט אויף אייך, אפילו מען אנערקענט אייך נישט און מען קריטיקירט אייך שטענדיג – דאך זאלט איר חס ושלום נישט ענטפערן פאר אייערע עלטערן. אין דעם זכות וואס איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן וועט אייער ברודער א חתן ווערן און אייער שוועסטער א כלה ווערן, און נאכדעם וועט איר אויך טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים ווייל אין תהילים ליגן אלע ישועות.


זייט ממשיך מיט פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן פאר מיידלעך און פרויען.