בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארק דיך אפילו אין אלע שוועריקייטן און טונקלקייטן
אמונה, התחזקות, צרות, תפיסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער פריינט ... נרו יאיר.


ביסט שוין לאנגע חדשים אליינס, מען האט דיר איינגעשפארט אין תפיסה; איך ווארט צו הערן וואס דו מאכסט, איך ווארט צו הערן פון דיר. איך האף אז דו שטארקסט זיך מיט אלע כוחות אנצוגיין מיט'ן לעבן, דו שטארקסט זיך אפילו אין אזעלכע שוועריקייטן און טונקלקייטן.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך בעט פאר דיר עס זאל דיר זיין גוט, דו זאלסט האבן כח פיזיש און גייסטיש. מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נישט קיין שום חשבונות פונעם אייבערשטן, איין זאך ווייסן מיר, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און טוט אלעס מיט א פונקטליכער חשבון.


ליבער ברודער, אמאל גייט א מענטש אריבער שוועריקייטן, דארף מען וויסן אז מען ווייסט נישט וואס מען קומט אפ מיט דעם. עס קען זיין אז עס איז נגזר געווארן אויפ'ן מענטש אן ערגערע גזירה און דער אייבערשטער מיט זיין גרויס גענאדע האט דאס אריבער געלייגט אויף א גרינגערע וועג. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן כא): "לִפְעָמִים עַל יְדֵי תְּפִיסָה נִצּוֹל מִכִּלְיוֹן בָּנִים", אמאל קען זיין אז דורך זיצן איינגעשפארט אין תפיסה ווערן די קינדער געראטעוועט פון שטארבן, רחמנא לצלן.


איך שרייב דיר א שיין ווארט וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן פרשת שלח. מיר געפונען אז משה רבינו האט געזאגט פאר די מרגלים זיי זאלן ברענגען פון די פירות פון ארץ ישראל, פרעגט מוהרא"ש פארוואס האבן יהושע בן נון און כלב נישט געטון וואס משה רבינו האט זיי געהייסן און נישט געברענגט פון די פרוכט? ענטפערט מוהרא"ש אז משה רבינו האט זיי געזאגט (במדבר יג, כ): "וְהִתְחַזַּקְתֶּם וּלְקַחְתֶּם מִפְּרִי הָאָרֶץ", איר זאלט זיך שטארקן און נעמען פון די פרוכט פון לאנד, זיי האבן יא געפאלגט דורך דעם וואס זיי האבן גענומען דעם "וְהִתְחַזַּקְתֶּם", זיי האבן זיך מחזק געווען נישט נאכצוגיין די לשון הרע'ס וואס די מרגלים האבן גערעדט.


איך האף אז די בריוו קומען אן אין תפיסה; איך האב שוין געשיקט אפאר בריוו, איך ווארט צו הערן אויב דו באקומסט דאס.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט שוין וואס שנעלער באפרייט ווערן און אז מיר אלע זאלן שוין באפרייט ווערן פונעם גלות.