בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ששה סדרי משנה די זעכצנסטע מאל
לימוד התורה, משניות, יבנאל, סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען ששה סדרי משנה די זעכצנסטע מאל, דו האסט געמאכט דעם סיום אין יבניאל ביים ציון פון מוהרא"ש.


זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך קום נישט אן דיר צוריק צו שרייבן, ווייל איך בין זייער פארנומען אין די טעג, אבער יעדע מאל דו שרייבסט מיר ליין איך יעדעס ווארט און איך פריי זיך זייער.


שטארק זיך ווייטער מיט לערנען די הייליגע תורה; געב א קוק וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת "סֵדֶר דֶּרֶך הַלִימוּד" שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד"; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַך וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַך וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַך", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


געב איבער א ווארימע גריס פאר האברך היקר לי ... נרו יאיר, איך ווארט צו הערן פון אים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.