בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - מסדר זיין די סעודת "ל"ג בעומר"
מוסדות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט צוזאם נעמען פרויען פון אנשי שלומינו און זיי פרעגן ווער עס וויל נעמען א טייל אינעם סעודת "ל"ג בעומר", וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען מיטוואך נאכט אין ישיבה.


דאס וועט זיין א זכות פאר אייך אלע, בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זאל נשפע ווערן אויף אייך אלע, איר זאלט געבענטשט ווערן מיט אלעס גוטס.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: די חתונה איז דארט – אין מירון – אבער דער חתן איז דא"; ווייל דארט וואו מען רעדט די דיבורים פונעם צדיק דארט געפונט זיך דער צדיק.


א גריס פון אייער בחור ... נרו יאיר; ער פירט זיך מיט יראת שמים. מען דארף אים נאר אביסל מזרז זיין צו קומען צייטלעך יעדן אינדערפרי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#1 - נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צו די אמונה
הפצה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


תחזקנה ידיכם אז דו גרייטסט זיך עוסק צו זיין אין הפצה אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר ביים הייליגן פלאץ אין מירון.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צו די אמונה און צו די תורה. אזוי ווי דער הייליגער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר תרומה, קכח.): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, "וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ", און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, "וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", אזוי אויך איז ער גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט. "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


יעדע ספר און יעדע קונטרס פון מוהרא"ש איז נאכאמאל צוריק צו ברענגען דעם איד צום אייבערשטן, עס איז נאר איינגעפאקט מיט אן אנדערע סארט וועג צו קענען כאפן אלע סארט מענטשן אין אלע סארט מצבים, אבער באמת ליגט אין דעם די זעלבע מעדעצינען - נאר צוריק צו ברענגען דעם איד צום אייבערשטן; דעריבער איז נישט קיין חילוק וואס מען טיילט ל"ג בעומר, דער עיקר דארף מען עס געבן בשמחה און מיט א שטארקייט, מיט א פאר גוטע ווערטער, ווי למשל: "דא האט איר שיינע חיזוק, שיינע עצות פאר'ן לעבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.