בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, תיקון הכללי, פסח, התחדשות, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש, תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק טייערע חברים, מיר שטייען יעצט אין אזא הייליגע צייט, שבת החודש שבת מברכים ניסן, ערב דעם הייליגן רבינ'ס געבורטסטאג; דער רבי איז געבוירן געווארן ראש חודש ניסן, אינעם טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש סדר עולם, פרק ז): "רֹאשׁ חוֹדֶשׁ נִיסָן נָטַל עֶשֶׂר עֲטָרוֹת"; דאס גייט ארויף אויף די מתנה פון די צען קאפיטלעך תהילים, וואס איז אראפגעקומען אויף די וועלט ראש חודש ניסן; איז יעצט א צייט וואס מען דארף זיך פון פריש באנייען, פון פריש זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


טייערע ברידער, טייערע חברים; לאמיר אנהייבן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה; ווען עס וואלט נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט פארגעסן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי"; דאס איז געווען ביים רבי'ן א וויכטיגער יסוד, מען זאל אלץ אנהייבן פונדאסניי, נישט זיך קלאפן מיט'ן עבר נאר גיין ווייטער.


איך בעט אייך מיינע ברידער, מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל; אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן. מיר דארפן זיך באנייען, מיר דארפן אנהייבן נוצן די עצות. די עצה פון התבודדות; גיין אין א ווינקל, א פלאץ וואו קיינער הערט נישט און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. איר וואוינט אין ארץ ישראל, איר זענט ארומגענומען מיט אזוינע הייליגע צדיקים, וואו מען גייט און וואו מען שטייט ליגן די הייליגע צדיקים וואס אויף זיי שטייט די וועלט; כאפט א שפאציר, גייט צו א ציון פון א צדיק אינמיטן טאג, ביינאכט אדער פארטאגס און זייט אייך מתבודד דארט.


מיר שטייען יעצט נאנט צום הייליגן יום טוב פסח, מיר דארפן שוין אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים, ארויסגיין פון אלע טמאות און אנקומען צו די קדושה פון יום טוב פסח. פסח איז די אותיות פֶּה סָח (פרי עץ חיים שער חג המצות, פרק ז; ועוד); מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן זען און פארשטיין אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער. אזוי גייט מען ארויס פון פרעה; פרעה איז די אותיות פֶּה רַע (ספר הליקוטים פרשת שמות, דבור המתחיל "ויגדל הילד"), א שלעכט מויל, א מויל וואס שעלט, א מויל וואס טשעפעט, א מויל וואס רעדט זיך אפ, א מויל וואס בארעדט אנדערע און טוט וויי אנדערע; דורך פסח, פה סח - גייט מען ארויס פון די קליפות.


רעדט נאר פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים. ווען איר קומט זיך צאם זאלן זיין די דיבורים נאר פון רבי'ן, זייט מקבל איינער פון צווייטן שיינע זאכן פון רבי'ן, שיינע שמועסן. דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט איז דער רבי, דארט וואו מען רעדט נישט פון רבי'ן, מעג זיין א גרויסע טאוול "בית המדרש ברסלב", אבער אז מען רעדט נישט פון רבי'ן - איז דער רבי נישט דארט.


זאלט איר נאר רעדן פון רבי'ן; דערציילט מעשיות פון רבי'ן, מעשיות פון אנשי שלומינו ובעיקר מעשיות פון הפצה. ווער עס גייט הפצה איז מחויב צו דערציילן פאר אנשי שלומינו יעדע פרט פון הפצה, דאס געבט חשק פאר אנדערע זאלן אויך אנהייבן גיין הפצה. ווען מען הערט ווי מענטשן זענען זיך מחי', מענטשן דערציילן ווי זייער לעבן האט זיך איבערגעדריידט, עס איז זיי זיס געווארן - דאס מאכט מען זאל בלייבן פרישע מקורבים, נישט אלט געזעצן. קוקט גוט וועט איר זען אן אינטערעסאנטע זאך, די מפיצים זענען אלץ פריש, ווייל זיי זעען יעדע רגע ווי דער רבי איז מחי' מתים.


די וואך האב איך געהאט א געמישטע וואך, פון איין זייט בין איך א בעל שמחה, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א געזונטע אינגל למזל טוב; פון די אנדערע זייט האב איך פארלוירן מיין גרויסער זיידע זכותו יגן עלינו, דאס איז מיר זייער שווער.


איך האב געהאט די זכי' אים משמש זיין לאנגע יארן; מיין זיידע האט געהאט זייער א גרויסע הרגשה אין הייליגן רבי'ן, ער האט מיר גענומען אלס בחור מיט זיך קיין אומאן. מיר זענען געפארן אין גאנץ אוקריינע, ראמעניע, אונגארן און פולין - ביי זייער אסאך מקומות הקדושים, און ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מיין זיידע געמאכט דארט א סטאנציע, מען איז געגאנגען אין מקוה, געדאווענט שחרית און נאכדעם געזאגט אינאיינעם די צען קאפיטלעך תהילים. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביים ציון פון רבי'ן פון דאס גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך, ער האט געוויינט ביים ציון און נאכגעזאגט וואס דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמאר ברענגט אין הייליגן ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז דער רבי האט געוויסט ברוח הקודש וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, ער שרייבט בזה הלשון: "וזה ענין של רוח הקודש, שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא".


איך האב מיטגעהאלטן ווי ער פלעגט געבן געלט פאר ברסלב'ע חסידים זיי זאלן קענען פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און מיט געשיקט א קוויטל "יחזקאל בן יהודית"; ער האט זייער חשוב געהאלטן ברסלב'ער חסידים.


מיין זיידע פלעגט מיר זייער אסאך מחזק זיין אין מיינע יונגע יארן איך זאל זיך מאכן א שיעור גורס זיין משניות; ער האט מיר געבעטן אלס חתן נאכאמאל איך זאל יעדן טאג זאגן אכצן פרקים משניות. ער פלעגט זיין גאנץ לעבן זאגן משניות, זיין גאנץ לעבן איז געווען נאר דינען דעם אייבערשטן.


מן השמים איז געווען אז איך זאל מאכן די וואכטנאכט מאנטאג נאכט און דינסטאג דעם ברית אויף מיין זון יחזקאל נרו יאיר, דאס האט אפגעהאלטן איך זאל נישט מיטגיין קיין ארץ ישראל; איך האף און איך בעט צו קענען קומען קיין ארץ ישראל, זיין מיט ענק און זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די הייליגע עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - רעדן פון רבי'ן ברענגט גרויסע ישועות
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, ישועות, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זע צו רעדן מיט יעדן איינעם פון רבי'ן; אלע דיינע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן. בפרט ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זאלסטו דערציילן וואס מען איז זוכה ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, דאס וועט דיר ברענגען ישועות.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהערט פון רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, די רוסן האבן אים איינגעשפארט אין תפיסה, ער איז געזעצן דארט פופצן וואכן, ער מיט נאך איינעם פון אנשי שלומינו, מען האט זיי ביידע דן געווען למיתה רחמנא לצלן. די לעצטע נאכט האט אים יענער געזאגט: "אזוי ווי היינט נאכט איז דער לעצטער נאכט דארפן מיר זאגן 'תיקון חצות'", האט אים רבי לוי יצחק געזאגט: "אויב איז היינט אונזער לעצטע נאכט בזה העולם, דארפן מיר רעדן פון רבי'ן".


זיי האבן גערעדט א גאנצע נאכט פון רבי'ן, צומארגנס האט מען זיי אוועקגעפירט קיין קיעוו, דארט זענען זיי געראטעוועט געווארן מיט גרויסע נסים. זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון רעדן פון הייליגן רבי'ן.


אויך זאלסטו גיין אביסל התבודדות יעדן טאג; פעלץ דיך גוט אן, טו אן ווארימע שטיוול, גיי אין פעלד און שריי זיך אויס דיין הארץ.

#2 - טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום
מחלוקת, הפצה, היכל הקודש, שלום, משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער אלע טענות פון דיר אויף אים און פון אים אויף דיר; איך שטיי אין דער זייט, איך זאג גארנישט, איך וויל זען ווי אזוי דער רבי וועט אויספירן.


איך בין דאס אריבער נישט איין מאל, נישט צוויי מאל נאר צענדליגע מאל און איך גיי דאס נאכאלץ אריבער; איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש זאגט. דעם רבינ'ס זאך איז אזוי ווי דער ארון, ביים ארון איז געווען א בחינה פון (סוטה לה.): "ארון נושא את נושאיו", עס זענען געווען גבאים געשטעלט פון משה רבינו וואס האבן געטראגן דעם ארון, אבער באמת האט דער ארון זיי געטראגן, עס האט נאר אויסגעזען לפנים ווי זיי טראגן דאס; דאס זעלבע איז ביים רבי'ן, דער רבי פארעט זיך מיט זיינע זאכן, עס זעט אויס ווי דער מאכט, דער טוט, דער איז א גוטע גבאי, דער שטערט, אבער למעשה פירט דער רבי אלעס, ביים סוף בלייבט דער רבי בעל הבית. עס איז כדאי דו זאלסט רעדן מיט האברך ... נרו יאיר, ער וועט דיר דערציילן וואס עס האט זיך געטון אין היכל הקודש אלע יארן, ער וועט דיר מחזק זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער, וויפיל מחלוקות און יסורים איך האב געהאט פון ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן ביז'ן היינטיגן טאג. די שווערסטע זאך איז מיר געווען די מחלוקות אינעווייניג אין היכל הקודש פון נאנטע חברים, איך האב געוויסט אז דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אוועק שלעפן פון דעם פלאץ דעריבער פרובירט ער אלע וועגן.


דו טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום, דו זיי שטארק מיט הפצה; דו זעסט דאך מיט דיינע אויגן וואס הפצה טוט. דו שרייבסט מיר יעדן טאג פרישע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, מיט די שיעורים און מיט די ניגונים, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט בלייבן צוגעקניפט צום רבי'ן בזה ובבא.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך דארף געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט פארשטיין וואס דו לערנסט
לימוד התורה, עצתו אמונה, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הילד החשוב ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דו ליינסט און דו לערנסט די בריוו פון עצתו אמונה. דו האסט ארויסגענומען חיזוק אז דער רבי אלס קינד האט געלערנט משניות און ער האט נישט פארשטאנען די משניות, האט ער געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן (שבחי הר"ן, סימן ח; קונטרס עצתו אמונה פרשת ויחי, ה'תשפ"א).


מאך נאך דעם רבי'ן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט פארשטיין וואס דו לערנסט.


פון דיין ראש ישיבה.