ווי שוין באריכטעט אין די פארגאנגע וואכן, האט מען ב"ה צוגעבויט א גאר שיינע גרויס בית המדרש אין שטעטל, נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער בית המדרש איז שוין געווען ענג און אויסגעוואקסן, און עס איז שוין נישט געווען מעגליך ווייטער אנצוגיין אזוי.
 
ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז עטליכע פון אנשי שלומינו האבן זיך ווארעם אנגערופן מיט גאר גרויסע סכומים, צווישן זיי מו"ה דוד לאקס הי"ו וואס האט אפגעקויפט דעם נאמען פון בית המדרש, נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך מתפלל געווען אז ער האבן פון וואו צו באצאלן די גרויסע סכומים וואס דער גרויסער פראיעקט האט אריינגעצויגן.
 
אזוי ווי שבועות איז א צייט וואס עס קומען צו פארן גאר אסאך געסט צום שטעטל, צו וויילן במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס געבט איבער די לימודים פון הייליגן רבי'ן אויפן וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אראפגעשטעלט, און לערנט אויס מען זאל לעבן חיים נצחיים, און די לעבן זאל נישט ח"ו דורכגיין אין עולם התוהו ווען מען איז פארנומען מיט יעדעם איינעם אויסער מיט זיך. - דערפאר האבן די חשובע גבאים זיך גאר שטארק אנגעשטרענגט אז דער נייער היכל זאל שוין זיין פארטיג אויף יום טוב.
 
אבער טראץ דאס אלעס האט נישט אויסגעזען אז דאס איז בכלל מעגליך, צוליב די פילע ארבעט וואס האט אויסגעפעלט, אבער אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן גאר ווארים מיט אסאך תפלות, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מען האט געזען גרויס סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.
 
א ביישפיל: דער מקוה איז פארטיג געווארן ערב שבת קודש, אבער דער בור מי גשמים איז נאך געווען ליידיג, און דער אויבערשטער האט אראפ געשיקט א גאר שטארקע שלאקס רעגן ליל שבת קודש, אזא רעגן וואס מאכט זיך זעלטן, וואס האט אנגעפילט די בורות די והותר.
 
נאך א ביישפיל: ערב יום טוב אינדערפרי איז נאך נישט געווען קיין וואסער און לעקטער אינעם נייעם חלק פונעם בנין, און עס האט אויסגעזען אז אריינגיין אינעם בית המדרש אויף יום טוב איז א שיינע חלום, אבער מיט אסאך תפלות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז פילע אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן ווארים צו הלעפן, ווען דער מאכט די פאמבינג, און דער מאכט די עלעקטעריק, איינער גרייט צו די בענק, און דער אנדערער רוימט אויף, בשעת די מויל בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן הצלחה אין די ארבעט, און אזוי מיט סייעתא דשמיא סמוך לכניסת החג, האבן אנשי שלומינו זוכה געווען צו דאנקען דעם אויבערשטן, שהחיינו וקיימנו, אריינשפאצירנדיג אינעם גרויסן שיינעם היכל, ארומגענומען מיט גרויסע געלעריען פאר די פרויען. 
 
אבער ווי נאר יום טוב איז אריינגעקומען, און אנשי שלומינו האבן אנגעהויבן שטראמען פון אלע זייטן, האט מען געזען אז אויך דער נייער בית המדרש אין שוין צר מהיכל, און מען דארף שוין ערנסט זיך נעמען טראכטן פון ווידעראמאל פארגרעסערן. אנשי שלומינו זענען מתפלל אז דעם קומענדיגן יאר זאל מען שוין דאווענען אין ירושלים עיר הקודש מיט משיח צדקינו אינעם דריטן בית המקדש.
 
א באריכט פון יום טוב וועט בעז"ה נאכפאלגן.