באריכט פונעם יום טוב שבועות במחיצת פונעם ראש ישיבה (ח"א)

ט סיון תשפ"ה 📝
עס איז זייער שווער איבערצוגעבן א באריכט פונעם געהויבענעם יום טוב שבועות צווישן אנשי שלומינו וועלכע זענען זיך צוזאם געקומען אין די בתי מדרשים פון היכל הקודש איבער די וועלט. אלע זענען געקומען מיט א גרויסע שמחה ווידער צו מקבל צו זיין די תורה, און זיך אויפפרישן מיט די שמחה אז מיר זענען אידישע קינדער, וואס קענען מקיים זיין די תורה ומצוות.
דא וועלן מיר איבערגעבן א קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל, וויאזוי דער יום טוב איז דורכגעגאנגען אינעם נייעם בית המדרש "היכל דוד" אינעם ברלב'ן שטעטל, במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א
די ערשטע נאכט יום טוב
דער דיין שליט"א איז צוגאנגען צום עמוד צום ערשטן מחנה פונעם יום טוב, און איינגעלייטעט דעם יום טוב מיט א ווארימע תפלת מנחה.
צו מערבית האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען בעל תפלה און אנגעהויבן בקול אדיר וחזק דעם "ברכו", און אריינגעברענגט דעם זיסן יום טוב'דיגן אטמאספערע אין בית המדרש. גלייך נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.
תיקון ליל שבועות
נאך די סעודה איז דער נייער גרויסער בית המדרש ווידער פול געווארן מקצה אל הקצה - מיט זיידעס, טאטעס, בחורים און קינדער. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע זיצן און מען גרייט זיך צו קבלת התורה מיט'ן סדר דרך הלימוד פון זאגן דעם תיקון ליל שבועות.
במשך די נאכט האט מען געזונגען אינאיינעם שיינע ניגונים פון חיזוק און אמונה, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט זיסע דיבורים. צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מיר זאגן די תרי"ג מצוות דארף מען וויסן אז דאס איז אן אוצר מיט וואס מען דארף זיך זייער פרייען, מיר זענען אלע מקיים אלע מצוות, און אויב מען קען עס נישט מקיים זיין היינטיגע צייטן זענען מיר עס מקיים דורכ'ן עס "וועלן" מקיים זיין, אזוי אויך זענען מיר מתפלל אויף די מצוות וואס מיר דארף נאך חיזוק דערויף, אז מיר זאלן זיך קענען מתגבר זיין אויפן יצר הרע, דער ציבור האט זיך אריינגענומען די לעכטיגע דיבורים און עס מיטגענומען מיט זיך צו לעבן דערמיט א גאנץ יאר.
עלות השחר
נאך די לעכטיגע נאכט, בערך ביי עלות השחר האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א רקידה, דאנקענדיג דעם אויבערשטן אז מען האט זוכה געווען אזוי שיין אפצורעכטן דעם תיקון, דערנאך איז דער ציבור געגאנגען אין מקוה און זיך מטהר געווען, און מקבל זיין אויף זיך די גרויסע תיקונים וואס די מקוה פון שבועות פארטאגס איז ממשיך.
די ערשטע טאג שבועות
דער ערשטער טאג יום טוב אינדערפרי אום זיבן דרייסיג, איז דער ראש ישיבה שליט"א שוין געזיצן אינעם געשמאקן וועלדל אונטערן בית המדרש, ביי א טישל אונטער די ביימער, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט א שיינער שיעור מתובל מיט התחזקות פונעם הייליגן רבי'ן - אלץ א הכנה לתפלת שחרית, ווי אנ"ש געבן איבער האט מען געשפירט ביי דעם שיעור א טעם גן עדן, ווען דער ראש ישיבה האט נאכגעברענגט פונעם הייליגן זוהר ווי ער רעדט פון די גרויסקייט פון די הייליגע יום טוב שבועות.
צו שחרית איז דער גבאי הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, צו שחרית און הלל האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה שליט"א. ווי לעכטיג און זיס און געווען ווען מען האט געהאט די זכי' צו הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א די בענקעדיגע ווערטער מיט'ן נאסטאלאגישן ניגון "אקדמות מילן - ושריות שותא", פון וואס די הארץ איז צוגאנגען פון מתיקות. מוסף האט מען געהערט די שיינע דאווענען פון מו"ה מרדכי היימליך הי"ו.
מעמד הסיומים
ווי איינגעפירט אין די לעצטע יארן, קומען ארויף פילע מסיימים די ערשטע טאג שבועות נאך שחרית, אבער צוליב די ריבוי המסיימים קע"ה האט דער ראש ישיבה באשטמיט מען זאל עס צוטיילן דאס יאר אויף ביידע טעג, און די ערשטע טאג איז געווען באשטימט ארויף צו רופן נאר די קינדער ביז די בר מצוה וואס האבן זוכה געווען צו מאכן סיומים.
דער שיינער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א הערליכע קינדער כאאר, אנגעפירט דורכ'ן מלמד מומחה הר"ר נחמן נתן קרויס שליט"א, און דערנאך האבן זיך געשלענגעלט א לאנג שורה פון קינדער וואס האבן מסיים געווען יעדער איינער וואס ער האט זוכה געווען, עס זענען געווען סיומים פון תהלים, חמשה חומשי תורה, גאנץ תנ"ך, פילע מסכתות הש"ס, גאנץ משניות.
בפרט האט זיך אנגעזען דער גרויסער וואונדער ווי צוויי קינדער אונטער די בר מצוה, הילד נ"י בן מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו, און הילד נ"י בן מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס האבן טראץ זייער אינגע יארגאנג זוכה געווען צו לערנען און צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
אלע האבן באווינדערט די רייכע קהילה, וואס פארמאגט אזא רייכטום מיט וואס עס לוינט זיך אויפצוטון דערמיט, אן עשירות וואס קיינער קען נישט צונעמען. מען האט געזען די זיידעס שעפן פילע הויפענעס פון נחת און ווישן זיך די טרערן פון איבערגענומעקייט און שמחה.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעט מיט גאר ווארימע דיבורים, מען זאל זיך אפלערנען פון די קינדער וואס נוצן אויס זייער פרייע צייט מיט לימוד התורה, און מען זעט ווי ווייט מען קומט אן ווען מען נעמט אן דעם הייליגן רבי'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, צו וואס יעדער קען זוכה זיין.
חלק ב' פונעם באריכט וועט בעז"ה נאכפאלגן.
עליונים ששו ותחתונים עלזו