אין די לעצטע טעג זענען די היימישע אידן וואס פארן אריין צום היימישן שפרודלענדען געגענט "לינדען" אין ניו דזשערסי געכאפט געווארן אין סורפרייז, זעענדיג א שיינע גרויסע אדווערטייזמענט פון די היימישע גפן פירמע אויפן ריזיגן בילבארד נעבן דעם סאנאקא גאז סטאנציע, הר"ר יודל איינהארן שליט"א דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש אין לינדען זאגט אונז מיט א שמחה אז דאס איז א מעשה פון תפלה, ווייל אויף יענעם פלאץ - וואס איז דער אריינגאנג צום שטאט - איז ביז יעצט געווען א מיאוסער גוי'אישער אדווערטייזמענט, און יעדער וואס איז דארט דורכגעפארן האט אלץ געבעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל אוועקנעמען דאס בילד.
 
דער אויבערשטער האט ציגעהערט די תפלות פון אידישע קינדער און מיט א צייט צוריק האבן עסקנים וועמען עס האט געשטערט אזא בילד אויף א פלאץ ווי הונדערטער אידן פארן דורך טעגליך צווישן זיי טויזנטער קינדערלעך תינוקות של בית רבן וועלכע פארן דארט דורך ביים אריינפארן אין שטאט צו לערנען און דאווענען, און אזא בילד ווארט זיי אפ טאג טאגליך.
 
וווען די עסקנים האבן אנגעהויבן טון דערין האבן זיי געזען אז עס איז נישט אזוי פשוט, ווייל די פירמע וואס פארפיגט אויפן טאוול האבן געבעטן א גאר גרויסע און איבערגעטריבענע פרייז ווען מען האט זיי געבעטן אז מען וויל טוישן דעם אדווערטייזמענט, און האבן זיך בכלל נישט צוגעהערט צו די בקשות פון די עסקנים אז אפשר קען מען בלויז טוישן דעם בילד אויף עפעס אנדערש.
 
דער אויבערשטער האט אבער נישט פארלאזט די אידישע קינדער, און עס איז איינגעפאלן פאר איינעם אז אפשר זאל מען זיך פארבינדן מיט א היימישע פירמע אז זיי זאלן עס ארויסדינגען און לייגן דערויף זייער אייגענע אדווערטייזמענט. ווען מען האט גערעדט מיט ר' מאטי לאנדא פון די "הארט ווארקס" מארקעטינג פירמע, האט ער זיך תיכף אריינגעלייגט דערין, און אנגעהויבן זוכן א געדאנק ווער עס וואלט געקענט זיין דער פאסיגסטער קאנדידאט דערפאר, און ב"ה אז ער האט אנגעטראפן ר' מרדכי הערצאג, דער אייגעטומען פון די כשר'ע "קענאווער" אימפעריע, וועלכע פארמאגט אונטער זיך א רייע פון היימישע כשר'ע פירמעס, צווישן זיי די באקאנטע "גפן" פירמע, וואס האט זיך תיכף צוגעכאפט צו געשעפט, הערנדיג וואס דא גייט פאר, און וויאזוי הונדערטע אידן האבן טעגליך שמירת עינים נסיונות פונעם בילבארד, האט ער תיכף אפגעדינגען דעם בילבארד פאר די קומענדיגע עטליכע חדשים, צאלענדיג דערויף גרויסע געלטער, אסאך מער ווי די מארקעט ווערד, נאר כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן, דורך אוועקנעמען דעם אומווירדיגן בילבארד פון די אויגן פון די הייליגע אידישע קינדער.