אין די יעצטיגע טעג, ארבעט מען אין די אפיסעס פונעם קרן הדפסה צו צוגרייטן, און מסדר זיין דעם פאפולערן לוח ברסלב וואס ערשיינט יערליך, פאר'ן נייעם יאר וואס קומט צו גיין. עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, בפרט פאר מו"ה אברמי פיש הי"ו וואס לייגט אריין אסאך צייט מח און כח, צו מסדר זיין א הערליכע און פונקטליכע לוח, בעסער און שענער ווי ביז יעצט.
 
טעגליכע לימודים: דער לוח וועט האבן די שיעורים פון די קהלה אין בבלי, ירושלמי, תוסתפא, נ"ך, און רמב"ם. אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה, האט מען געטוישט די נ"ך שיעור, עס זאל האבן נאר איין פרק א טאג, כדי עס זאל לויפן אינאיינעם מיט די סדר פון הרה"צ ר' יצחק שליט"א.
 
טעגליכע זמנים: מען האט זיך איינגעהאנדעלט א נייע קאסטבארע פראגראם, וואס וועט בעז"ה צושטעלן די פונקטליכע טעגליכע זמנים יעדן טאג. אויפן פלאץ וועט עס האבן טעגליך די זמנים פאר ברוקלין פון עלות, נץ, קרית שמע מג"א און גר"א, זמן תפלה מג"א און גר"א, שקיעה, און צאת הכוכבים ר"ת. אזוי אויך די זמני הדלקת הנרות, און מוצאי שב"ק יעדע וואך.
 
אויפן פארלאנג פונעם עולם וועט מען צולייגן אין די בעק טבלאות פון זמנים פון נאך עטליכע שטעט ווי אנ"ש וואוינען - כדי עס זאל זיין א דבר השלום.
 
אונטער יעדע וואך, וועט עס האבן א שיינע שטיקל פון ספר המדות, וואס מען קען עס מיטנעמען, און אין די זייט וועט עס האבן שיינע מאמרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן ספעציעל פאר די לוח.
 
אין פילע טעג וועט עס האבן די יארצייט און פארשידענע אנדערע מאורעות וואס איז נוגע פאר אנשי שלומינו.
 
אויך דער סייז האט מען געטוישט. די לוח איז ביז יעצט געווען 4.25 ביי 6 אינטשעס, אבער דער עולם האט געבעטן אביסל גרעסער, מען זאל עס בעסער קענען ליינען, דערפאר וועט מען עס מאכן דאס יאר פינף ביי זיבן אינטשעס. א שיינע געשמאקע פראקטישע סייז.
 
די מפיצים זאגן אז אין די זומער טעג גייט די לוח זייער גוט, גאר אסאך מענטשן כאפן זיך צו דערצו, דערפאר וועט מען עס בעז"ה ענדיגן נאך פריער פון פאריאר ווען עס געווען גרייט ערשט נאך תשעה באב.
 
דער לוח וועט זיין צו באקומען אין צוויי ווערסיעס אידיש און לשון הקודש, און מען קען נאך אריינכאפן צו קויפן א זכות מהדורה פאר בלויז $1,800. רופט שוין דעם גבאי ר' לייב צו קויפן א זכות.
 
דער לוח וועט זיך געפונען אין טאש פון צענדליגע טויזנטער מענטשן, און וועט זיכער זיין א זכות צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן פראיעקט.