אין ספרינג וואלי פונקציאנירט דער הערליכער בית המדרש היכל הקודש אויף 37 יונאן רד. שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן, ווי אנשי שלומינו און פילע שכנים האבן א געשמאקע הייליגע ווינקל ווי מען פילעוועט אמונה, מען דערמאנט זיך כסדר פארוואס מען דרייט זיך דא אויף דער וועלט, און מען איז זיך מחזק צוריק צו קומען צום אויבערשן, און אים צו טרעפן אין יעדע זאך וואס מען טוט.
 
אין די טעג האט דער גבאי מו"ה הערשל זאבעל הי"ו אונטערגענומען א גרויסע רענאוואציע פראיעקט פאר'ן שול וואס איז שוין געווען זייער אפגענוצט, און מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א טוט מען אין די טעג גענצליך איבערפרישן דעם שול. מען מאכט איבער די גאנצע שיטראק, די גאנצע פלאר, און דערנאך וועט מען עס בעז"ה הערליך איבערפעינטן, עס זאל זיין שיין און פרעכטיג כראוי וכיאות לבכוד השם יבתרך און לכבוד זיין בית המקדש מעט.
 
די מאנסי אידענטום נעמט אבער אויף די בשורה איבער דעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א מארגן ליל שישי פרשת תזריע מצורע אינעם בית המדרש מיט א גרויסע שמחה, די גאנצע קהלה ענדיגט אין די טעג מסכת מכות, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט פראווען א שיינע סיום בקרב אנשי שלומינו אין מאנסי, ספעציעל צו מחזק זיין די ארטיגע איינוואוינער.
 
מען וועט זיך וואשן צו א סעודה של מצוה, מען וועט זינגען ווארימע ניגונים לכבוד המאורע, און דערנאך וועט מען האבן די זכי' צו הערן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט איבערלאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע צוהערער. די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען באקאנט צו זיין מלא התחזקות, מלא אמונה, אלעס אויף א שפראך וואס רעדט צו אונזער דור, און געבט עצות וויאזוי צו קענען איבערקומען די היינטיגע יצר הרע'ס, וואס דער רבי זאגט אז די היינטיגע יצר הרע האט א נייע נאמען "דמיונות", מען זעט ווי דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצולייגן אין מענטשן היינט פילע דמיונות, צום ביישפיל אז "איך בין שוין דערנאך", ח"ו, אדער "דער אויבערשטער דארף מיך שוין נישט", חס ושלום, און די ארבעט פונעם צדיק איז אונז ארויסצונעמען דערפון, און דערמאנען איין מאל און נאכאמאל אז מען קען יא, און דער אויבערשטער דארף דיך יא. געלויבט דעם אויבערשטן אז ער האט אראפ געשיקט די נשמה פון הייליגן רבין וואס האט די געוואלדיגע כח צו קענען אויפוועקן א מענטש פון שלאף און אים ארויסנעמען פון זיינע דמיונות, וואס דאס איז היינט דער מכת מדינה.
 
אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" וואס האט מנדב געווען א שיינע חלק פון די סעודה.
 
דער סיום וועט פארקומען ווי געזאגט אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. און נאך די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט מען בעז"ה דאווענען מעריב.
 
אזוי עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, איז וויכטיג צו וויסן די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן דארט אויפן שמאלן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, דערפאר איז כדאי אז ווער עס קומט זאל פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף.