קרעדיט: מו"ה יושע העשיל דובדבני הי"ו
די מפיצים פון ירושלים קומען קיין בית שמש
ווי יעדע וואך, איז מען אויך די וואך פרשת פנחס זיך צוזאם געקומען צום "כינוס המפיצים" ליל שישי אין אפיס פון מו"ה גדלי' בעלער הי"ו אויפן דולב גאס אין בית שמש.
אבער די וואך זענען אויך די מפיצים פון ירושלים עיה"ק געקומען צו פארן קיין בית שמש, ווי מען האט זיך מחזק געווען אינאיינעם, און געהערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א.
*
מען דרוקט אשר בנחל אין ירושלים
צוליב די גרויסע פארלאנג פון אידן וואס ווילן מקיים זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט געבעטן צו דרוקן זיין ספר אשר בנחל, און האט צוגעזאגט גאר גרויסע הבטחות פאר ווער עס וועט נעמען א חלק דערין אז מען וועט זיכער האבן די ישועה וואס מען דארף, האט מען יעצט געדרוקט עטליכע הונדערט בענדער פון אשר בנחל חלק כ"ה מיט א ווייכע דעקל. עס איז נארוואס אנגעקומען צום מרכז הפצה אין ירושלים פון ווי עס ווערט פארשפרייט פאר גאנץ ארץ ישראל.
*
סעטס תוספתא ביים ציון פון רבין אין אומאן
דער מרכז הפצה אין ירושלים האט פארקויפט אין די לעצטע חודש איבער 250 סעטס תוספתא. עס איז געקומען א ווענדונג פונעם מנהל בית הדפוס אין אומאן, הרב ישראל פוקס הי"ו אז ער דארף עטליכע סעטס פאר זיך און פאר די איינוואוינער פון אומאן, אזוי אויך צו לייגן ביים אוצר הספרים פון ציון, וואס וועט גענוצט ווערן דורך די די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען כסדר צום ציון פון הייליגן רבין אין אומאן.
הרב דוד יעקב יאקאבאוויטש הי"ו וואס איז געפארן קיין אומאן, האט מיטגענומען מיט זיך די ספרים און האט עס אפגעשיקט צו מו"ה ישראל פוקס הי"ו, וואס האט עס הערליך געבינדן און מנדב געווען צום ציון הקדוש.
*
נייער אויסשטעל פון גליון היכל הקודש לשון הקודש
דער נייער אויסשטעל פונעם גליון האט געגעבן א פרישע חיות פארן גליון היכל הקודש, און א פרישע שטראם פון נייע מפיצים האבן גענומען אויף זיך צו מפיץ זיין די גליונות. די גליונות ווערן געדורקט יעדע וואך ביי די פיר בתי הדפוס אין ארץ ישראל, פון וואו די מפיצים פארשפרייטן עס אין גאנץ ארץ ישראל.
צוליב די פרישע פארלאנג האט מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו שוין געדארפט אנהייבן אנצוגרייטן פאריגע וואך די פיר גליונות פון דינסטאג.
די פיר גליונות וואס מען געט ארויס איבערגעטייטשט אויף לשון הקודש זענען: גליון היכל הקודש, עצתו אמונה, סיפורי מעשיות, אשר היה אל יואל.

📜 צענדליגע טויזנטע זענען זיך מחיה מיט די איבערגעטייטשטע גליונות