ליל שישי שיעור היינט נאכט זאת חנוכה אין לידנען
ב טבת תשפ"ה 📝
עס איז נארוואס געווארן א יאר זינט אנשי שלומינו האבן זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם הערליכן בית המדרש היכל הקודש אין לינדען, ווי די תלמידי היכל הקודש דינעם דעם אויבערשטן בתורה ותפלה כסדר. דער בית המדרש געפונט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 924 נארט וואוד עוועניו (זיפ קאוד 07036), ווי מען קומט זיך צוזאם יעדע וואך עטליכע מאל. יעדע מאנטאג נאכט 8:30 איז דא א געשמאקע חבורה, ווי מען חזר'ט אינאיינעם די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און זיינע תלמדים, געווענילך ווערט פארגעלערנט א שיחה אינעם הערליכן ספר "שיחות מהורא"ש" א ספר וואס איז געשריבן געווארן דורכן גרויסן תלמוד פון מוהרא"ש זי"ע הגה"צ ר' יצחק שליט"א, וואס לייגט אראפ די שיחות וואס מוהרא"ש האט גערעדט אויף פילע ענינים, און באלייכט די אויגן פאר יעדעם וואס נעמט עס אין די הענט.
אזוי אויך קומט מען זיך צוזאם יעדן ליל שישי ווען דער שיעור פון ראש ישיבה ווערט פארגעלערענט, און מען האלט עס אינאיינעם דורך א לייוו הוק אפ. יעדן שבת קודש אינדערפרי דאווענט מען איאיינעם אין בית המדרש, ווי דער עולם קומט צו גיין פאר גאר ווייט, טייל גייען צופיס איבער א האלבע שעה, אבער אלעס לוינט זיך צו קענען דאווענען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו. נאכן דאווענען קומט פאר א געשמאקע קידוש, און דער געטרייער גבאי הר"ר יודל איינהארן שליט"א לערנט פאר א שיעור התתחזקות אין ספר הקדוש "סיפור מעשיות" ווי עס איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו.
אזוי אויך די פרויען קומען זיך צוזאם זיך מחזק צו זיין אינאיינעם אינעם בית המדרש יעדע צווייטע וואך (געווענליך דינסטאג נאכט) ווי מען הערט א שיעור ספעציעל פאר די פרויען פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מען איז זיך מחזק צו קענען אנגיין און זיין שטארק אין די היינטיגע נסיונות.
כסדר קומען אריין שכנים פונעם גאנצן געגענט וואס זאגן אז זיי גלייכן זייער צו קומען דווקא אין דעם בית המדרש, כאטש זיי האבן נישט קיין שייכות צו ברסלב'ע חסידות, צוליב די פריינטליכע, פרייליכע און ערליכע אטמאספערע וואס הערשט אינעם שטיבל.
דער בית המדרש ווערט געפירט דורך די געטרייע גבאים הר"ר יודל איינהארן שליט"א און הר"ר אליעזר ווערטהיימער שליט"א, וואס געבן זיך אפ מיט אלע געברויכן פונעם בית המדרש, און ווי זיי זאגן שטארט דער בית המדרש ארויס מיט גאר ווארימע אינגעלייט מאנשי שלומינו וואס שפירן ווי דער בית המדרש איז זייערס, און טראגן אן אחריות צו נושא בעול זיין, יעדער מיט עפעס אנדערש, איינער שטעלט צו פעיפער גודס, איינער געבט זיך אפ מיט'ן נר תמיד, א צווייטער מאכט זיכער אז עס זאל זיין קאווע, טרונקען, קידוש, טישטוכער, און אזוי ווייטער, יעדער טוט וואס ער קען צו העלפן אז דער שיינער ווינקל זאל קענען אנגיין.
דער בית המדרש איז אפן במשך די וואך א גאנצן טאג, און פילע אידן נוצן אויס דעם געשמאקן היכל צו לערנען, און אלץ א פריוואטער התבודדות שטיבל. אזוי אויך קומט מען כסדר אריין פון נאנט און ווייט צו נעמען גליונות און קנטרסים פונעם הפצה ווינקל אין בית המדרש. פילע אידן זאגן אז זיי קענען נישט צוגיין צום שבת אן די גליונות.
די אידן אין לינדען האלטן טאקע מיט דעם שיעור אויפן לייוו הוק אפ, אבער א הוק אפ איז נישט די זעלבע ווי פערזענליך זיין ביים שיעור. דערפאר בעטן די גבאים כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל קומען מחזק זיין אנשי שלומינו אין שטאט, און ב"ה אז די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאלדן אז ער קומט קיין לינדען פאר'ן ליל שישי שיעור. עס איז מערקוורידיג וואס דער גבאי האט אונז געזאגט אז דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז "אויב אלי ציג איז מסכים, וועט ער קומען קיין לינדען". ווען זיי האבן געפרעגט ר' אלי צי ער איז אפשר דער דרייווער, פארוואס דארף דער ראש ישיבה פרעגן אויב ער איז מסכים, האט ער געזאגט אז ער פארקויפט יעדע וואך אין וויליאמסבורג די גליונות און ער לייגט אויס דאס געלט, וואס דער עולם באצאלט אים מיט'ן קויפן, און דער ראש ישיבה שליט"א וויל אים נישט שאדן מאכן זיין אינוועסטמענט מיט'ן גיין ערגעץ אנדערש צום שיעור, דערפאר האט דער ראש ישיבה געזאגט מען זאל אים פרעגן צי ער איז מסכים...
אויב איינער וויל קויפן א זכות אין אויפהאלטן דעם בית המדרש, מיט'ן קויפן דעם פרנס החודש ($800 כדי אויסצוצאלן די רענט), אדער זכות נר תמיד לע"נ רבינו פאר $250, זאל רופן דעם גבאי הר"ר יודל איינהארן שליט"א אויף 347-816-0758.