שאלה: וואס מיינט דאס "מורפי'ס געזעץ" (Murphy's law), און פון וואו שטאמט דאס?
ח. רייזמאן
 
ענטפער:
מורפי'ס געזעץ זאגט אין קורצן "אלעס וואס קען גיין שלעכט וועט גיין שלעכט". פון וואו קומט דער נארישער "געזעץ"? און פארוואס רופט מען עס "געזעץ"? צום ערשט איז אינטערעסאנט צו וויסן אז כאטש געווענליך באדייט "געזעץ" עפעס וואס די רעגירונג האט באפוילן, און עס קען האבן שטראפן אויב מען שטעלט זיך נישט צו דערצו, קען עס אויך גענוצט ווערן צו באצייכענען זאכן וואס זענען אין די יסודות פון די בריאה, זאכן וואס ליגן אין די טבע וואס אויסער א נס קען עס נישט טוישן. וואס דארף מען מער, ווי דער באקאנטער אויסדרוק "חוקי הטבע", וואס בוכשטעבליך באדייט דאס "די געזעצן פון די טבע".
 
ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, חזר'ן אמונה, גלייבן אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, ער זוכט נאר אונזער גוטס, און נאר ער האט די מעגליכקייט צו טוישן סיי וואס אויף דער וועלט, און יעדע זאך וואס פאסירט איז מיט א פונקטליכע חשבון פארוואס עס מוז זיין פונקט אזוי, לעבן מיט אנדערע געזעצן, מורפי'ס געזעץ איז אז אלעס וואס קען גיין שלעכט, וועט גיין שלעכט, אבער מיר זאגן פונקט פארקערט, דער אויבערשטער פירט זיין וועלט מיט גרויס רחמנות, און עס איז דא בלויז איין געזעץ אויף דער וועלט, אלעס וואס פאסירט, קומט נאר פון אויבערשטן, און אלעס וואס קומט פון אויבערשטן איז כולו גוטס.
 
וואס איז געווען די מעשה מיט דעם מורפי, אז ער האט אויסגערופן אזא "געזעץ"? אין די אמעריקאנער עיר פארס האט געארבעט אן אינדזשעניר מיט'ן נאמען עדווארד מורפי, זומער תש"ט (1949 למספרם) האט ער געארבעט אויף א פראיעקט צו טעסטן וויפיל כח (G force) א מענטש קען אויסהאלטן ווען ער ווערט שנעל אפגעשטעלט, ערגעץ ווי במשך די טעסט האט איינע פון די ארבייטער אריינגעלייגט א שרויף אינעם מאשין פארקערטערהייט, און דאס האט גורם געווען אז דער גאנצער טעסט איז געגאנגען א גאנג. מורפי - א פשוטער גוי, וואס לעבט אן אמונה, איז געווען זייער פרוסטרירט, און זיך אנגערופן צארנדיג "אויב עס איז דא עפעס וואס קען גיין שלעכט, וועט עס אזוי זיין.", די וועלט - פונקט ווי דער מורפי - וואס לעבט נישט מיט'ן אויבערשטן, האט אנגעהויבן צו נוצן דעם אויסדרוק "מורפי זאגט, אז אויב איז דא עפעס וואס קען גיין שלעכט, וועט עס גיין שלעכט", און ווי עס זעט אויס, איז דער שלאג ווארט געווארן גאר שטארק פארשפרייט, און יעדעס מאל עפעס איז געגאנגען שלעכט ביי א גוי, האט ער נישט מער ווי געדארפסט זאגן, "אה, מורפי'ס געזעץ", ווי צו זאגן, אז אזוי "מוז" עס זיין, דאס איז פון די חוקי הטבע, אז אלעס איז שלעכט, און אלעס וועט זיין שלעכט…
 
עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס לעבן אן דעם אויבערשטן, ווייל וויאזוי קענען זיי זיך אויפהייבן נאך א דורכפאל? אנשטאט זיי זאלן זיך קענען שטארקן אז מען קען מתפלל זיין צום אויבערשטן וואס פירט די וועלט, און איי עס איך האב עס פארלוירן, עפעס א ווערטפולע זאך האט זיך צובראכן, איך האב פארשפעטיגט א וויכטיגע אפוינטמענט? דאס איז זיכער אז אלעס איז לטובה, עס קען גאר זיין אז עס וועט נישט דורכגיין קיין סאך צייט, און דו וועסט געוואר ווערן אז טאקע פון דיין דורכפאל, איז ארויסגעקומען א גרויסע טובה, מען האט דיר געווארפן פון דיין דזשאב? אפשר א דאנק דעם וועסטו מצליח זיין אליינס. האסט געטראפן א נגע אויפן וואנט, אונטער דעם ליגט באגראבן אן אוצר.
 
מורפי זאגט "עס איז ביטער, און עס גייט זיין שלעכט", אבער צדיקים זאגן, "טראכט גוט, וועט זיין גוט".