מער קינדער געבוירן אין עיר התורה לעיקוואד, ווי אין סיי וועלכע שטאט אין ניו דזשערסי

ח תמוז תשפ"ה 📝
אין א נארוואס ערשינענע באריכט פון די רעגירונג, זעט מען אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע, עס זענען געבוירן געווארן אינעם עיר התורה לעיקוואוד מער קינדער ווי סיי וועלכע אנדערע שטאט אינעם גאנצן סטעיט פון ניו דזשערסי.
דער באריכט זאגט אז לעיקוואוד (אן די ארומיגע אידישע געגענטער) האט געהאט 5,420 געבורטן אינעם יאר 24 למספרם. צו לייגן אין פרעספעקטיוו: די צוויי גרעסטע שטעט אינעם סטעיט, נואַרק און דזשערסי סיטי האבן געהאט בערך 3,800 געבורטן אינעם זעלבן יאר, טראצדעם וואס זיי זענען סאך גרעסערע שטעט.
דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס פאסירט, דאס גייט שוין אן עטליכע יאר אזוי, וואס דער אידישער תורה'דיגער שטאט, שטארט ארויס מיט אירע פילע קינדערלעך וואס ווערט דארט געבוירן יערליך קע"ה.
אין א וועלט וואס שטופט צו הפקירות און ליבעראליזם, שטייען די תורה טרייע אידן פעלזן פעסט מיט זייער אמונה אינעם אויבערשטן, און בלייבן פאלגן די צדיקים וואס דערמאנען אונז כסדר אז נאר פאלגן די תורה ברענגט סיפוק, נאר ווען מען לעבט מיט תכלית קען מען זיין פרייליך
אין א שמועס אויפן "קרעמל" אפטיילונג אויף "קול ברסלב" האט מען פאריגע וואך געהערט א שמועס מיט הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א דער געטרייער יושב ראש פונעם מכון "עצתו אמונה", צווישן אנדערע האט ער דערציילט ווי זיי האבן לאנגע יארן געווארט אויף קינדער, און ווי זיי האבן זיך געשטארקט מיט אמונת חכמים, און ווען דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן אז נאך די שווערע זיבן יאר האבן זיי באקומען א מתנה פונעם אויבערשטן א לעבעדיגע געזונטע קינד, האט זיי דער ראש ישיבה געזאגט, "יעצט דארפן ענק דאנקען דעם אויבערשטן טויזנטע מאל יעדן טאג", ר' יואל האט געזאגט אז דאס איז אזא אמת, ווייל ווען מען דארף א ישועה, קען מען בעטן דעם אויבערשטן טויזנט מאל א טאג און אפילו מער, אבער אז דו האסט קינדער, טראכט, האסטו געזאגט א ישר כח אויבערשער היינט?
קינדער זענען א ברכה - חזר'ט דער ראש ישיבה מיט אונז יעדן טאג - עס איז אמת אז מיט די קינדער קומען טשאלאנדזשעס, שלאפלאזע נעכט, מען דארף האבן אסאך געדולד. אבער ווען דו ווייסט ווען די צער פון נישט האבן קינדער, וויפיל געדולד, שלאפלאזע נעכט, און נסיונות דאס איז וואלסטו געדאנקט דעם אויבערשטן יעדע מינוט פאר די קינדער.
די חרדישע שטעט, נישט קיין חילוק צי עס איז אין ברוקלין, אפסטעיט ניו דשערסי אדער אויסלאנד זענען עדות פאר די זיסע געשמאקע לעבן וואס מען האט ווען מיין גייט אין די וועגן פון אויבערשטן, און מען לעבט מיט זיין הייליגע תורה.
נאך א בעיבי, נאך א בעיבי, נאך א אינגל, נאך א מיידעלע!