נייע געדרענג אפצאל איינגעפירט פאר קארס וואס פארן אריין קיין מאנהעטן
ה טבת תשפ"ה 📝
נאך לאנגע דעבאטעס, געריכט קלאגעס דורכפעלער און הצלחה איז נעכטן מוצאי שבת קודש ביי חצות הלילה אריין אין קראפט דער "געדרענג זאנע אפצאל" (גערופן "קאנדזשעסטשן זאון פרייסינג") וואס איז צום ערשטן מאל פארגעשלאגן געווארן דורכן פריערדיגן ניו יארק סיטי מעיאר בלומבערג מיט כמעט צוואנציג יאר צוריק, נאכדעם וואס דער ביידען אדמיניסטראציע האט געגעבן דערפאר דעם אנטגילטיגן באשטעטיגונג פאר צוויי יאר צוריק.
ניו יארק גייט דערמיט אין די פיסטריט פון לאנדאן וואס האט איינגעפירט אן ענליכן זאך מיט עטליכע יאר צוריק און האט בשעתו געזען א שטארקע רעדוקציע אין טרעפיק, אבער זייט דעמאלטס איז די טרעפיק פולקאם צוריק געקומען און איז נאך אפילו ערגער ווי בעפאר דעם געדרענג שטייער.
מיט'ן יעצטיגן איינפיר וועלן אלע קארס וואס האבן איזי פעס און פארן אריין צו די נידעריגערער גאסן פון מאנהעטן (לאוער מאנהעטן - נאך די זעכציגסטע סטריט) דורכאויס די פארנומענע שעות (א גאנצע וואך צווישן פינף פארטאגס ביז ניין ביינאכט, אדער ניין אינדערפרי און ניין ביינאכט מוצאי שבת און זונטאג). די וואס פארמאגן נישט איזי פעס וועלן באקומען א ביל אויף די פאסט פון דרייצן א האלב דאלער.
מען וועט קענען אויסמיידן דעם שטייער אויב האלט מען זיך אויף די עף די אר דרייוו, וועסט סטריט, וועסט סייד הייוועי אדער די הו על קערי פארבינדונגען צום וועסט. לויטן פלאן וועט זיך די פרייז הייבן צו צוועלף דאלער אין דריי יאר ארום, און צו פופצן דאלער אין זעקס יאר ארום.
דורכאויס די נישט פארנומענע צייטן (צווישן ניין ביינאכט און פינף פארטאגס במשך די וואך, און צווישן ניין ביינאכט און ניין אינדערפרי מוצאי שבת קודש) וועט דער אפצאל זיין $2.25 פאר איזי פעס באנוצער און $3.30 פאר די אלגעמיינע קארס, וואס וועט אויך ארויפגיין צוביסלעך אין די קומענדיגע יארן.
אויב איינער פארט אריין אינעם זאנע מער פון איין מאל אינעם זעלבן מעת לעת (גערעכענט לויט די גוי'יאשע טאג - פון צוועלף חצות הלילה ביז קומענדיגן חצות) וועט מען נישט דארפן צאלן צוויי מאל דעם טאל, און מען וועט אפקומען מיט'ן ערשטן מאל, אפילו אויב די צווייטע מאל פארט מען אריין אין די פארנומענע שעות.
עס זענען דא נאך פארשידענע רעגולאציעס און חילוקים וואס קענען אויסמאכן וויפיל מען באצאלט, צום ביישפיל עס וועלן זיין עפעס הנחות אויב מען פארט אריין דורכן לינקאלן טונעל דורכן האללאנד טונעל, און נאך, אזוי אויך וועלן זיין הנחות פאר אובער ליפט און טעקסי דרייווער.
פילע אידישע ארגאנציזאציעס וועלן שטארק ליידן דערפון פינאנציעל, צום ביישפיל הצלה וואלונטירן וואס פארן אריין קיין מאנהעטן צו א הצלה רוף, אדער חסד מעמבערס וואס טאגן פאציעטן און משפחה קיין מאנהעטן צו דאקטוירים און שפיטעלער. כאטש וואס פארשידענע עסקנים ארבעטן אויף מהלכים אז מען זאל זיי נישט רעכענען קיין געלט פאר זייער מסירת נפש און חסד, און מיר זענען מתפלל אז דער אויבערשטער זאל העלפן זיי זאלן מצליח זיין דערמיט, זענען מיר זיכער אז סיי וויאזוי עס וועט זיין וועלן אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים זיך נישט צוריק האלטן פון טון חסד און העלפן אידישע קינדער אין צייט פון נויט.
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אסאך מאל רעדן פון די גרויסע נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט פון דעם וואס מיר טוען חסד איינע מיט'ן צווייטן, זאל עס זיין מיט געלט, מיט טרחה, מיט געבן הארץ און אן אויער פאר א צווייטן. ער פלעגט זאגן אז נאר אין זכות פון די פילע חסדים וואס אידן טוען איינע מיט'ן צווייטן וועט משיח קומען.