סיום הש"ס אויפ'ן טראק - מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו
כח כסלו תשפ"ה 📝
"וואס וועט וואקסן פון דיר, א טראק דרייווער?", אזוי געדענק איך ווי מיין מלמד אין כתה ו' זיך צומאל צושריגן אויף א אינגל, אין מיין דמיון אין כתה ו' איז א "טראק דרייווער" געווען עפעס א פראסטע בריה, איינער וואס קען נישט קיין צורת אות, און איז דער ביישפיל פון א דורכפאל פון א מענטש, און וואס עס וואקסט אויס, אויב מען פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין.
מיין גאנצער בנין איז פולקאם צוטראסקעט געווארן פארגאנגעם שבת קודש ווען א איד וואס זיצט א גאנצן טאג מיט א בלויע העמד און דרייווט א טראק האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, א זאך וואס פילע אידן וואס טראגן א ווייסע געביגלטער העמד האבן נישט זוכה געווען דערצו.
דער טראק פון דעם בילד פון אויבן האט קרן הדפסה היכל הקודש דערווייל נאך נישט איינגעקויפט. אבער קרן הדפסה היכל הקודש האט אבער יא דעליווערט א טראק דרייווער זאל ענדיגן ש"ס. דער רעדע דא איז פון מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, א חשובער מתפלל אין בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן, וואס האט אנדערש פון זיינע קאלעגעס וואס זענען עוסק אין די צייט אין "גאר וויכטיגע זאכן", ער מוז וויסן די "סטעטוס" פון אלע זיינע "חברים", און "מוז" וויסן וויפיל פארוואונדעטע עס איז געווען פונעם עקסידענט היינט אינדערפרי, אדער גאר לערנען זיי "שיעור עיון" מיט'ן דיקן קובץ מפרשים אין זייער טראק, האט ער מיט גענומען אינעם טראק אנדערע חברים, ער האט זיך באפריינדעט מיט אביי ורבא, מיט זיי האט ער פארברענגט ווען ער איז געזעצן אין טרעפיק, און געזאגט זייערע הייליגע ווערטער ווען ער האט נאר געקענט.
דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו פארציילט ווי ער האט אנגעהויבן צו לערנען ש"ס מיט צוויי יאר צוריק, און כאטש ער האט געהאט א לענגערע תקופה פון עטליכע חדשים ווי ער האט נישט געקענט לערנען אזוי סאך, צוליב דעם וואס ער האט זיך געלערענט צו ווערן א הצלה מעמבער און טון חסד מיט אידישע קינדער, און די קלאסן האבן אוועקגענומען פילע שעות פון זיין טאג, האט ער זיך אבער גלייך דערנאך צוריק גענומען דערצו, און יעצט ווען ער האלט צוויי יאר שפעטער איז ער זוכה צו ענדיגן ש"ס.
פאריגע וואך שבת קודש איז פארגעקומען דער גרויסער סיום הש"ס ברבים אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל, אויף די פרעמישלאן גאס. דער גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס אלע מתפללים פרייען זיך מיט, און האט אים געווינטשן אז עס זאל זיין א "קשר של קיימא", ער זאל אייביג בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע תורה. און גערעדט פון דעם אז מיר אלע קענען זיך אפלערענען דערפון, דאס איז א זאך וואס מיר אלע קענען נאכמאכן, אויב מיר זאלן זיך נאר מכניע זיין פאר'ן הייליגן רבי'ן און אננעמען בפשיטות זיינע הייליגע ווערטער, וועלן מיר אנקומען זייער ווייט.
ששי ושמחו בשמחת התורה