מיט גענוי פופצן יאר צוריק - גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט זיך געעפענט א נייע קאפיטל אין קהילת היכל הקודש. אין יענע טעג איז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע אינגעלייט תלמדים פון מוהרא"ש אריינגעשפרינגען אין א שווערן אינטערנעמונג, און בס"ד געעפענט די טויערן פון דעם נייעם חדר "היכל הקודש", אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער.

עס לאזט זיך שווערן גלייבן, ווי שיין דער אויבערשטער האט געפירט, און פון דעם חלום האט זיך עס צואוואקסן צו די פילע מוסדות "היכל הקודש", בתי מדרשים, חדרים, מיידל שולעס, כוללים, ישיבות און מוסדות החסד, וואס גייען אן היינט אין פילע שטעט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאד, און בפרט אין ארץ הקודש, ווי עס זענען דא מוסדות אין עטליכע שטעט.

די מוסדות היכל הקודש פארקויפן נאר איין זאך, עס איז אראפ געשטעלט אלץ א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט א פאקוס אויף שפעטער. די קינדער זענען די צוקונפט פון כללי ישראל, און פון זיי וועט אויסוואקסן דער קומענדיגער דור פון רבנים, מורי הוראה, מחנכים און בעלי בתים, און דער ראש ישיבה נוצט די עצות פון הייליגן רבין, אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערענט וויאזוי מען קען אריינלייגן אין זיי תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, אז עס זאל זיך האלטן אויף לאנגע יארן, ווען דער מלמד אדער טיטשער וועט שוין נישט שטיין אויף זייער קאפ, זאלן זיי וויסן אז נישט קיין חילוק וואס עס גייט אריבער אויף זיי זאלן זיי געדענקען אז אלעס סיי גוטע זאכן, אדער חלילה שווערע זאכן קומט נאר פון אויבערשטן, און מען דארף זיך ווענדן נאר צו אים.
 
אלע עלטערן זאגן פה אחת אז מען זעט אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובעיקר צוליב וואס די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטנעדיג מיטן אייבערשטן. אלץ האבן די קינדער צו פארציילן אותות ומופתים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט זיי, און דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן.



פופצן יאר צוריק ווען מוהרא"ש איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די תלמוד תורה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, האט מוהרא"ש דערציילט פאר'ן ראש ישיבה אן אינטערעסאנטן סיפור וואס עס האט זיך אפגעשפילט ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג פופציג יאר פריער.

ברסלב איז דאן געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, און מען האט זיך שטארק געמוטשעט מיט מנין אינעם ברסלבער ביהמ"ד. איינמאל האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז דאן געווען א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלטס אריבערגעפארן באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג".

דער גבאי האט דאס אנגעקוקט ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פארן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז די חלום איז מקוים געווארן"!.

כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!