געלויבט דעם אויבערשטן אז מיר גרייטן זיך אלע צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, מיר ווייסן און געדענקען אז דער עיקר איז תפלה, בפרט ווען עס קומט צום הייליגן רבי'נס ראש השנה וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע מיטלען צו צושטערן, הייבט זיך עס אן און ענדיגט זיך נאר מיט תפלה.
 
מען דארף טאקע קויפן א טיקעט, האבן א גילטיגע פאספארט, זיך רעזערווירן א בעט מיט עסן, אבער דאס קומט נאר נאך תפלה. ווייל קיין שום השתדלות קען נישט העלפן קיין ריר, אויב דער אויבערשטער וויל אנדערש.
 
איינע פון די שוועריגקייטן וואס אנשי שלומינו פלעגן זיך דארפן ספראווען אין אומאן איז געווען די גרויסע געפילדער פון פושקינע; עס קומען טויזנטער אידן א גאנצן טאג און א גאצע נאכט במשך די עטליכע טעג פאר ראש השנה, צענדליגע טויזנטער אידן וויל זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס דער רבי געבט, בפרט אז מען איז זוכה אז מען קומט מיט די קינדער, איז שווער צו צושטעלן די ריכטיגע שמירה וואס פעלט אויס.
 
דערמיט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט ב"ה מיט סייעתא דשמיא געבויעט דעם בנין ווייט ארויס פונעם געגענט האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה, מען איז נישט אויסגעשטעלט צו די גרויסע גערודער פונעם צענטער, און אזוי אויך די קינדער זענען אדער אונטער די אויפזוכט פון די געטרייע עלטערן, אדער פון די איבערגעגעבענע מלמדים וואס אויך נאכן שווערן רייזע פון שעות אויף שועת קיין אומאן, גייען זיי זיך נישט אפרוען נאר נעמען צוזאמען די קינדער, צו קענען לערנען, דאווענען און עסן מיט, אזוי אויך גייען די לעכטיגע קינדער די צאן קדשים צום הייליגן רבי'נס ציון אונטער די אויפזיכט און שמירה פון די מלמדים.
 
די אלע מעלות האבן צוגעברענגעט אז דער בנין איז געווארן אנגעפילט אסאך שנעלער ווי מען האט געקענט טראכטן, כאטש מען האט צוגעלייגט כסדר בעטן און צימערן איז עס געווארן איבערגעפילט. און כאטש מען האט פון גלייך פון אנפאנג אינסטאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס זאל קענען האלטן גענוג וואסער פארן גאנצן יום טוב, מיט יעדעס יאר זענען צוגעקומען נאך אנשי שלומינו האט מען צוגעלייגט נאך טענק מיט די האפענונג עס זאל קלעקן פאר'ן גאנצן יום טוב.
 
היי יאר ווערט ערווארטעט בערך זעקס הונדערט געסט איינצושטיין אינעם בנין, אבער וויבאלד ר"ה פאלט אויס היי יאר דינסטאג און מיטוואך, און מען מוז שוין קומען פאר שבת, וועלן רוב ציבור זיך אויפהאלטן בעז"ה דארט א גאנצע וואך; און  די עסקנים פרובירן בעז"ה אז עס זאל זיין גענוג וואסער סיי פאר נטילת ידים, נעגל וואסער, מקוה, שויערס און אזוי ווייטער, האט מען היינט צוגעטרעטן צו גראבן פרישע קוועלער, אנדערש ווי ביז יעצט וואס מען האט געגראבן פופציג מעטער טיף, דארף מען יעצט האבן פרישע קוועלער, וואס דערפאר האט מען גערופן א פירמע וואס קען גראבן ביז צוויי הונדערט מעטער טיף.
 
די עסקנים וואס זענען עוסק אינעם פראיעקט האבן געבעטן מען זאל איבערגעבן פאר אנשי שלומינו מען זאל מתפלל זיין זיי זאלן מצליח זיין מיט די קוועלער, און מען זאל טאקע טרעפן א וואסער רייכע קוואל, וואס וועט צושטעלן גענוג וואסער פארן גאנצן ציבור במשך אלע טעג פון ראש השנה.
 
אויסער דעם מאכט מען נאך פילע תיקונים און פארבעסערונג אין און ארום דעם בנין, צו פארמערן די הרחבת הדעת, און ווי נאר די אפדעיטס וועלן אריינקומען וועלן מיר זיך פרייען עס צו באריכטן פאר אנשי שלומינו.