היינט האלט מען איידער מען שווערט איין דעם 47'טע פרעזידענט אין אמעריקע, אבער יעצט איז געשטארבן דעם 39'סטע געוועזענע פרעזידענט דזשימי קארטער.
 
קארטער א דעמאקראט האט געדינט אלס פרעזידענט פאר איין טערמין צווישן תשל"ז און תשמ"א, און איז געווען באוויסט מיט עטליכע זאכן וואס האבן פאסירט דורכאויס זיין קאדענץ. אונטער זיין זייגער איז אויסגעארבעט געווארן א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן, און זיין טערמין האט זיך געעדיגט מיט א דורכפאל ווען איראן האט פארכאפט פילע משכונות אינעם אמעריקאנעם אמבאסאדע אין טעהראן, און האט לויט אנאליסטן צוגעפירט צום געווינס פונעם רעפאבליקאנער ראנאלד רעיגן זאל געווינען דעם אמט אין יאר תשמ"א.
 
אנדערש ווי להבדיל "זקני תורה" (לשון המשנה - קנים ג) וואס "כל זמן שמזקינין, דעתן מתישבת עליהן", יעדעס ווארט תורה, יעדע דביקות בה' מאכט עס דעם מענטש קלוגערע מענטש, ווי חז"ל זאגן אז איינע פון די פילע זאכן פון די וואס זענען "עוסק בתורה לשמה" (לשון המשנה - אבות ו) אז "נהנין ממנו עצה ותושיה", מען קען פון זיי נעמען גוטע עצות, עצות וואס העלפן פאקטיש אין לעבן. אבער "זקני עם הארץ" שימלען נעבעך אפ, און ווייסן נישט פארוואס זיי זענען אויפגעשטאנען, און פארוואס זיי זענען געגאנגען שלאפן. 
 
די וועלט איז אין גרויס שאק נאכדעם וואס דער "וועלט פירער" איז געשטארבן, נאכדעם וואס קארטער האט אוועקגעגעבן די לעצטע דרייסיג יאר פון זיין לעבן זיכער צו מאכן אז "די וועלט פאלט נישט צוזאם" און און גוט "קעיר גענומען" פון די וועלט'ס פראבלעמען. קליימעט טשעינזש און די "רעכטן" פון כל צרוע וכל זב זענען געווען על לבו כל ימיו, און יעצט ווען דער קארטער האט איבערגעלאזט דער וועלט פאר אייביג, הערשט א געוואלדיגע שרעק וואס וועט זיין מיט די וועלט, ווער וועט זיך זארגן אז די וועלט זאל קענען ווייטער שטיין.
 
דער געוועזענער פרעזידענט האט נאך זוכה געווען צו ערפילן זיין לעבנ'ס וואונטש, ווען פאר עטליכע וואכן צוריק האט ער נאך געשטימט פאר'ן דורכגעפאלענעם טיקעט פון פרוי העריס. אבער איז געשטארבן אין גרויס אנטוישונג ווען זי האט נישט געווינען.
 
מען האט געזען אין די לעצטע יארן פילע גדולי ישראל להבדיל אלף אלפי אלפים וואס האבן זוכה געווען צו אן אריכת ימים ושנים, זיי האבן אויסגענוצט זייערע טעג מיט דינען דעם אויבערשטן, און אויף די עלטערע יארן האבן זיי געהאט געשמאקע זיסע יארן, ווען זיי האבן אויסגענוצט די צייט מיט לערנען טאג און נאכט, און האבן זיך אוועק געגעבן פאר כלל ישראל, משפיע געווען פון זייער תורה, צי זאל עס זיין אין הלכה, הנהגה, און אזוי ווייטער, און זייערע לעכטיגע תורה איז געבליבן מיט אונז ביז היינט ווען מיר לערנען זייערע ספרים און גייען אין זייערע וועגן, וואס דאס וועט אונז העלפן אנקומען צו אונזער תכלית בזה ובבא.