אין די קאלטע ווינטער נעכט קומט אראפ דער אור די הייליגע חנוכה נעכט וואס איז לילה כיום יאיר, עס באלייכט דעם גאנצן ווינטער.
 
אין די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט, ווען עס קען זיך דאכטן פאר א מענטש אז עס איז טונקל, שיינט אראפ דער ליכטיגער אור פון חנוכה וואס מאכט לילה כיום יאיר, און טוט באלייכן די נשמה, וואס מען נעמט מיט אויף א גאנצע יאר.
 
לכבוד די הייליגע טעג האט דער קרן הדפסה ווידער איבערגעדרוקט א גרויסע צאל פון דעם הערליכן קונטרס "סדר הדלקת נר חנוכה". דער קונטרס באשטייט פונעם סדר הדלקת נרות, מיט אלע מזמורים, פיוטים און מנהגים, לויט ווי מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט. צוגעלייגט דערצו שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע הייליגע ספרים, וואס רעדן פון די גרויסקייט פון די הייליגע מצוה פון אנצינדן חנוכה ליכט. די קונטרס וועקט אויף א מענטש אויסצונוצן די גרויסע עת רצון בשעת די חנוכה ליכט ברענען, צו פועל'ן גרויסע ישועות אין אלע ענינים.
 
אין דעם קונטרס קען מען אויך טרעפן ווארעמע און הארץ-אויפענדע תפילות אויף פילע ענינים: קינדער, נחת, שידוכים, פרנסה און נאך. די תפילות, געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע, זענען ספעציעל צוגעפאסט צו זאגן ווען די לעכט ברענען, א צייט וואס די הימלישע טויערן זענען אפן.
 
דער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז זייער פאפולער צווישן אנשי שלומינו, און ווערט צוכאפט יעדעס יאר. לעצטנס איז עס איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע אותיות מאירת עינים, וואס איז זייער געשמאק צו נוצן.
 
מען קען יעצט קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" אויף אונזער וועבסייט און עס וועט אנקומען דירעקט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט! באשטעלט שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען בעפאר חנוכה.
 
לכבוד חנוכה האט מען אויך ארויסגעגעבן אנדערע הערליכע ספרים און קונטרסים:


"חנוכה שמח" אויף לשון הקודש: איז מחזק איבער די גרויסקייט פון נר חנוכה און וויאזוי אויסצונצן די הייליגע טעג.


"נר להצדיק": דער גאנצער סדר הדלקת נר חנוכה מיט הלכות, מנהגים און שיחות אויף לשון הקודש.


"ליקוטי תפילות לזמני השנה": תפלות מסודר לויט די זמנים פונעם יאר, ארויסגענומען פון ליקוטי תפילות פון רבי נתן זי"ע, וואס עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן.


מתנות לכבוד חנוכה:
ווען איר טראכט וואס צו געבן אלס חנוכה מתנה, איז דער "מתנה קארטל" פונעם ברסלב שאפ וועבסייט דער בעסטער אויסוואל. עס איז דער פאסיגסטער מתנה וואס לאזט אייערע נאנטע זיך אליין אויסקלויבן פון די פילע שיינע ספרים און קונטרסים.