מיר אלע קוקן שוין ארויס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארטס אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה."
 
כאטש מיר זענען נאך אינמיטן ווינטער, אבער ברוך השם די טעג רוקן זיך נענטער צו ראש השנה, וואס דאס דערמאנט אונז צום ערשט אז מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, אן תפילה ארבעט גארנישט, מען קען מאכן טויזענט פלענער, אבער אז עס פעלט תפילה ארבעט דאס נישט.
 
און אויך דארפן מיר זיך מסדר זיין מיט אן אכסני' וואו צו עסן און שלאפן אין אומאן, ווייל כדי צו האבן די בנין מסודר אז אלע אנשי שלומינו וואס שטייען איין אין דעם בנין אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה זאלן זיין צופרידן על הצד היותר טוב, דארף מען שוין פון יעצט זיך מסדר זיין און נאכפאלגן די סדר וויאזוי מען קען זיך רעזערווירן א בעט אינעם בנין, צו קענען פארברענגען א געשמאקע יום טוב, מיט אנשי שלומינו, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מיט מוהרא"ש, און קענען דאווענען, לערנען, הערן שמועסן, שיעורים, און עסן די סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
 
היי יאר געפאלט אויס ראש השנה אום מאנטאג נאכט, דערפאר וועט דער בנין שוין זיין צוגעגרייט און פולקאם אפן נאך פאר שבת, וויבאלד פון אמעריקע איז נישט מעגליך צו פארן נאך שבת.
אן אינטערעסאנטע זאך וואס די עסקנים וואס פירן דעם בנין האבן אונז אנגעוויזן, אז דער בנין ווערן געהייצט במשך דעם גאנצן ווינטער, וואס דער אנדערער אויסוועג וואלט געווען ארויסצונעמען די וואסער פון אלע פייפס, וואס איז זייער א טייערע זאך אין אזא גרויסע בנין, און אויסער דעם איז עס געזונטער פאר סטרוקטור פונעם געביידע אז עס זאל זיין געהייצט, און צוליב די גרויסע פרעסטן היי יאר, האט מען געדארפט אויסגעבן מער הוצאות כדי צו האלטן דעם בנין ווארים.
 
די אלע וואס ווילן זיך צוזאם שטעלן אין א צימער צו קענען שלאפן אין איין גרופע, דארפן אריינרופן דעם גבאי מו"ה מרדכי ראזענבערגער 845-825-3550, און אריינגעבן דעם רעזערוואציע, ביז קומענדיגן ראש חודש אדר הבעל"ט.
 
די פרייזן פאר ראש השנה תשפ"ו זענען ווי פאלגענד:
ערשטע שטאק: $1,300.
צווייטע שטאק: $1,200.
דריטע שטאק: $900.
פערטע שטאק: $800.
 
די פרייז איז פער בעט, אפילו פאר א קינד (אויב מען קויפט א בעט פאר א קינד, דארפן זיי גיין אויבן פונעם באנק בעט), אויב נעמט מען א קינד אין די זעלבע בעט פונעם טאטן וועט עס זיין בלויז $100, א צווייטע קינד אינעם קינדער בעט איז בחינם. אינעם פרייז איז אריינגערעכענט די בעט, אלע עסן, סעודות און מקוה פאר די אלע טעג וואס מען וויילט אין אומאן ארום ראש השנה. אין אנדערע ווערטער: נאר די וואס האבן געצאלט פאר א בעט, האבן די זכות צו עסן די סעודות, און זיך באנוצן מיט די מקוה אינעם בנין.
 
אלע רעזערווירטע צימערן דארפן זיין אויסגעצאלט "ביז ראש חודש סיון". ביטע נעמט די דאטום ערנסט, ווייל נאך ראש חודש סיון וועט יעדער פון אנשי שלומינו וואס ברענגט דאס גאנצע געלט, אזוי אויך די וואס דארפן נאך א בעט, ווייל זיי ברענגען דאס יאר נאך א קינד, וועלן זיי דאס מיטן אייבערשטנ'ס הילף באקומען - אויפן חשבון פון די וואס האבן געהאט א בעט פאריאר, און אפילו מען האט שוין רעזערווירט אבער נאך נישט באצאלט, וועלן פארלירן זייער חזקה אויף זייער  צימער.
 
פאר סיי וועלכע הערה, אדער אויב איר ווילט האבן די זכי' צו צוהעלפן צום רבי'ן ראש השנה מיט וואס איר שפירט אז איר קענט, בפרט קען מען נוצן הילף אינעם בנין די וואך פון ראש השנה הבעל"ט זאלן זיך ווענדן צו די גבאים. וכל הקודם זכה!
 
פאלגענד זענען די גבאים פון היכל הקודש אין אומאן:
ר' מרדכי ראזענבערגער 845-825-3550
ר' יחזקאל סאמעט: 347-452-1936
אין ארץ ישראל ביי ר' יצחק שמואל פרענקל: 0548456150
אין לאנדאן ביי ר' שמחה בלאק 07388582855
 
דער רבי זאגט: ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעם, קיינער טאר נישט פעלן!