שאלה: וויאזו ארבעט א באר קאוד?
 
ענטפער: זייער א גוטע פראגע. עס איז ערב שבת קודש, ר' תנחום גייט אין גראסער, ער זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל, מען גייט איינקויפן לכבוד שבת קודש. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, פלעגט יעדע אייטעם אין גראסערי האבן א קליינע סטיקער מיט די פרייז דערויף, און אזוי האט דער מענטש ביים רעכענער מאשין אויסגערעכענט איינס פלאס איינס, און געוויסט וויפיל דער ארדער קאסט, אבער ר' תנחום לעבט אין יאר תשפ"ה, ער קויפט איין מיט גרויס שמחה אלעס וואס ער דארף פאר שבת, גרעיפ דזשוס, דיפס, נאש, און אזוי ווייטער, ער ברענגט זיין וועגעלע צום רעדזשיסטער, און עפעס א קונץ געשעט, מען פירט דורך אלע פראדוקטן דורך עפעס א מאשין און וואונדער איבער וואונדער, עס קומט ארויף אויפן סקרין די פונקטליכע דעסקריפשאן פונעם פראדוקט, דער פרייז, און דאס אלעס ווערט דערנאך צוזאם גערעכענט, און ר' תנחום גייט ארויס נאכן באצאלן דעם ארדער זאגענדיג "לכבוד שבת קודש".
 
פון וואו ווייסט דער מאשין וואס איך האב געקויפט דורך בלויז דורכפירן די זאכן העכער אים? דער ענטפער איז זייער אינטערעסאנט. עס זענען דא פארשידענע סארטן בארקאודס, אבער מיר וועלן דא רעדן פון די פשוטע יו-פי-סי באר קאוד וואס יעדע אייטעם אין גראסער פארמאגט היינט.
 
די ערשטע ציל פון די באר קאודס איז טאקע דאס וואס מיר האבן געברענגט אינעם משל, צו פארשנעלערן צו קענען רעכענען זאכן אין געשעפטן. וויאזוי ארבעט דאס? צוערשט געבט מען פאר יעדע אייטעם א נומער, פאר אונזער ביישפיל וועט מען האבן נאר צען אייטעמס אין געשעפט, און יעדע וועט באקומען איין נומער פון איינס ביז צען, מען לייגט אריין אין קאמפיוטער די ליסטע פון אייטעמס וועלכע נומער דאס וועט זיין, וויפיל עס קאסט און אזוי ווייטער. דער באר קאוד נוצט א פעטערן פון שווארצע און ווייסע ליניעס פון א געוויסע לענג, פאר אונזער ביישפיל וועלן מיר רעדן פון "על" קאוד וואס יעדע נומער פארנוצט זיבן אייניגע ערטער וואס קען זיין שווארץ אדער ווייס. דער פאלגענדער צירוף ⬛⬜⬜⬛⬛⬜⬜ וואס איז (פון רעכטס אויף לינקס) שווארץ, ווייס, ווייס, שווארץ, שווארץ, ווייס, ווייס, מיינט "פינף", פאר אונזערע אויגן זעט עס אויס ווי בלויז צוויי שווארצע לינעס, איין דינע שווארצע לינע, און איין דיקערע שווארצע ליניע, מיר קענען ווערן שטארק צומישט פון פרובירן צו ליינען א באר קאוד, אבער מאשינען ארבעטן אנדערש, א מאשין קען נישט אזוי גרינג ליינע פשוטע אותיות אדער ציפערן, פאר זיי איז אסאך גרינגער צו קוקן אויף די ליניעס און אפמעסטן וויפיל פלאץ די ווייסע און שווארצע נעמען אויף, און אין א רגע כמימרא כאפט עס אויף דער ציפער (אדער ציפערן) און ער שפייעט אויס די אינפארמאציע אין קאמפיוטער, אייטעם נומער 0124538 איז דער און דער פראדוקט, עס קאסט אזויפיל, ער ווייסט פונקטליך וויפיל עס איז נאך דא אין סטאק, וועלכע פירמע האט עס פראדוצירט.
 
מיר מענטשעלעך דא אויף דער וועלט באגרייפן נישט וויאזוי מען קוקט אן אין הימל אונזערע מעשים, מיר אויף די גשמיות'דיגע וועלט פארשטייען צו געלט, צו עסן, צו פארגעניגנס, מען קען זיך טענה'ן צי בונדאש איז גוט מיט צוקער, אדער ענדערש מיט זאלץ, מיר קענען באטראכטן צי טראמפ טוט גוט מיט'ן לייגן טאריפס אדער נישט, אבער אן א צדיק ווייסן מיר נישט וואס איז חשוב אין הימל און וואס נישט, מיט אונזערע גשמיות'דיגע חושים איז שווער צו באגרייפן וויאזוי "זאגן" משניות קען "אויסהיילן" א מענטש. קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג וועט מיר פארבעסערן דעם שלום בית? ניין איך קען עס נישט מסביר זיין, אבער דער סקענער דארף נישט קיין הסברים, ער גיט א בליק רגע כמימרא, און אט קומט ארויף די גאנצע אינפארמאציע אויפן סקרין, צי איך פארשטיי יא, וויאזוי תיקון הכללי פאררעכט א מענטש אדער נישט, ארבעט עס, נאכדעם וואס א מענשט זאגט דעם תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן, האט א מענשט א נייע נשמה, נישטא וואס צו קוקן אויף צוריק, איך דארף טראכטן נאר אויף פאראויס, דער אויבערשטער דארף מיך, און איך דארף אים.