שאלה:
געלויבט דער אויבערשטער מען האט איבערגעמאכט די ראוד אויף האשקי, מען האט געזען א הערליכע פרישע גלאנציגע שווארצע ראוד, עס איז געווען סמוד און געשמאק צו פארן דערויף.
 
אבער תיכף נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט, האב איך געזען ווי די ארבעטער קומען אן און גיסן ארויף א שווארצע קלעבעדיגע אויל, און איבער דעם האבן זיי אויסגעגאסן א טראק מיט קליינע שטיינדעלעך.
 
עס איז מיר ממש א וואונדער, פארוואס האט מען גענומען דעם נארוואס געענדיגטן שיינעם גלאנציגן ראוד, און עס פארוואנדלעט אין א שמוציגע אפגענוצטע באמפי ראוד. פארוואס האבן זיי דאס געדארפט טון?
 
נחמן נתן בוים




ענטפער: דאס וואס דו לייגסט דא אראפ, איז א פראצעדור וואס מען רופט "טשיפ סינלינג", וואס איז א ספעציעלע מעטאד וואס די הייוועי דיפארטמענט נוצט צו באשיצן דעם נייעם ראוד, אז עס זאל זיך האלטן לענגער.
 
ווען מען מאכט א נייע ראוד, איז עס טאקע "הערליך פריש און גלאנציג", אבער ווען עס גייט אריבער אביסל צייט, נאך עטליכע זומערס און ווינטערס, נאכדעם וואס הונדערטער קארס, טראקס און באסעס זענען געפארן דערויף, וועט דער נייער ראוד זיך אנפאנגען שפאלטן, און צופאלן - אזוי ווי עס האט אויסגעזען ממש ביז יעצט.
 
כדי צו באשיצן דעם ראוד, וועט מען עס איבערדעקן מיט א באשיצענדע שיכט, וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף האלטן דעם ראונד גאנץ פאר אסאך יארן.
 
וואס זיי טוען איז ווי פאלגענד: מען גיסט ארויף הייסע פליסיגע אספאלט איבערן ראוד, דאס מאכט אז וואסער זאל נישט דורכגיין דעם ראוד, וואס איז דער עיקר גורם אז ראודס צוברעכן זיך אין פלעצער ווי עס איז דא קאלטע ווינטערס. דערנאך גיסט מען ארויף דערויף זייער קליינע שטיינער (טשיפס), דערנאך וועלן די קארס אראפדרוקן די שטיינער און זיי גוט אריינעסן אינעם אספאלט, וואס וועט העלפן אז די אספאלט זאל זיך האלטן, און וועט אויך העלפן אז די ראוד זאל זיין ווייניגער גליטשיג אין רעגנס און שנייען.
 
ממש די זעלבע זאך געשעט אין אונזער לעבן. אסאך מאל שפירט א מענטש אמאל האב איך געהאט אזא שיינע גלאנציגע לעבן, וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס האט מיר דער אויבערשטער אנגעגאסן מיט אזויפיל קלעבאכט, אזויפיל שטיינער, איך שפיר זיך אזוי אפגענוצט און אלט?
 
אבער דער אמת איז אז דאס איז פאר דיין טובה, א ראוד וואס איז צו גלאט, קען מען זיך גרינג אראפגליטשן דערפון, די אלע טשעלענדזעס און שטיינער זענען נאר דא אז דו זאלסט האלטן שטארק, און נישט חלילה פארגעסן פונעם אויבערשטן. יעדע נסיון אזי בלויז דיר צו דערמאנען פארוואס דו געפינסט זיך דא, און דיך העלפן צו ווערן שטערקער און בעסער.
 
צו פרעגן א שאלה שיקט צו askgershon@gmail.com.