צוליב די גרויסע וואוקס פונעם ציבור קע"ה, און בפרט אז דער נייער בית המדרש מיט מער פלאץ צו דאווענען איז געווארן געעפענט, האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם גבאי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו אז עס איז צייט אז מען זאל אויפנעמען א פול טיים שמש, וואס זאל געפונען טאג טעגליך אין בית המדרש, און מסדר זיין און אנפירן אלעס וואס פעלט אויס.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעשלאגן דעם געשמאקן און באליבטן אינגערמאן מו"ה ישראל פוקס הי"ו, ר' ישראל זאגט אז נאך אסאך התבודדות און חיזוק פונעם ראש ישיבה, האט ער באשלאסן אז ער נעמט אן דעם דזשאב.
 
ר' ישראל הי"ו האט שוין עקספירענס אינעם שמש אמט, ווען ער האט פאריאר געדינט מיט הצלחה אלץ דער שמש אינעם "כלל ישראל שול" בראשות דעם ניקלשבורגער רבי שליט"א אין וואודבורן, ווי ער האט זייער גוט אויסגענומען ביים ציבור.
 
געלויבט דעם אויבערשטן, אז אין די פאר טעג זינט מען האט אויפגענומען ר' ישראל, לויפן די מנינים זייער שיין, און יעדע האלבע שעה פונקטליך שטעלט זיך א פרישע מנין שחרית - צו די צופרידנהייט פון די מתפללים. דער שמש נעמט אויף יעדן מתפלל מיט זיין געשמאקע שמייכל און א גוט ווארט, און ווי ער געבט איבער, איז ער זייער דאנקבאר פאר'ן ציבור וואס שטעלט זיך אזוי שיין צו, און אזוי קענען זיך די מנינים האלטן צו די באשטימטע צייט, און איז א גרויסע זכות, ווייל אזוי וועלן אסאך מער אידן דאווענען מיט מנין, וויסנדיג פונקטליך ווען דער קומענדיגער מנין שטעלט זיך בעז"ה.
 
אין די זעלבע צייט העלפט ער שטארק ארויס צו אוועקשטעלן און פארענדיגן די פילע זאכן אינעם בית המדרש וואס מען דארף נאך מסדר זיין, וויבאלד מען איז נאך אריין אינעם בית המדרש ווען עס איז נאך געווען טיילווייז רוי.
 
אלע מתפללים זענען זייער דאנקבאר פאר ר' ישראל וואס האט אוועקגעשטעלט א גאר גרויסע שיינע שמש שטיבל, ווי פילע נויטגע טעגליכע געברויכן וועלן פארקויפט ווערן. וויבאלד די נענטסטע גראסער איז א היבשע מהלך צו פארן, איז עס א געוואלדיגע הילף ווען מען ווייסט אז מען קען באקומען אויפן פלאץ פילע וויכטיגע זאכן ווי ברויט, מילך, קינדער געברויכן, פעיפער גודס, זייף, סענדוויטשעס פאר פרישטאג און אזוי ווייטער.
 
אויך וועט ער בעז"ה צושטעלן יעדן ערב שבת א פולע שבת מעניו, ווי טשאלענט, פיש, קוגל, חלות, מזונות, דיפס, גרעיפ דזושס, וויינען, נאש, קענדיס און דאס גלייכן.
 
עקסטער וועט דער שבת שטיבל האבן א גרויסע "הפצה ווינקל" ווי עס וועט זיין שיין אויסגעשטעלט א שיינע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים, יו עס ביס, גליונות, ביכלעך, שפילערייען פון היכל הקודש - א זאך וואס וועט מחי' זיין יעדן וואס קומט נאר אריין.
 
ווי מען הערט איז דער ציבור זייער צופרידן מיט'ן אויסוואל, און קוקט ארויס ווייטער ער זאל האבן הצלחה אין אלעס וואס ער טוט.