תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מלמד, און איך געב זיך ב"ה אפ מיט די קינדער זייער שיין, איך האב אסאך געדולד און סבלנות צו זיי, איך שלאג נישט, איך פרוביר אריינצולייגן אין די קינדער תורה ויראת שמים און אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן.
פון די אנדערע זייט בין איך אבער פערזענליך געשלאגן מיט געפערליכע נסיונות, איך קוק זאכן וואס א איד טאר נישט קוקן, איך טו עקלדיגע און פראסטע זאכן וואס א איד טאר נישט טון. עס טוט מיר זייער וויי, איך זאג משניות און א בלאט גמרא יעדן טאג, דערווייל בין איך אבער נאך פארזינקען אין שמוציגע עבירות.
דאס ברענגט מיר צו מיין שאלה צי איך מעג זיין א מלמד פון קינדער, אדער בין איך זיי גאר מטמא. איך רעד צו קינדער נאר גוטע זאכן, איך וויל באמת אריינלייגן אין זיי נאר ערליכקייט און וואוילקייט. די שאלה איז אבער צי מיין פריוואטע לעבן איז א באזונדערע זאך און ווען איך בין אין קלאס מיט די קינדער איז דאס א צווייטע זאך? אדער איז דאס געקניפט און געבינדען, און איך טאר נישט זיין קיין מלמד פון קינדער?
איך האב שוין אסאך געוואלט זאגן פאר מיין מנהל אז איך געב אויף מיין פאסטן, איך ווייס אבער נישט וואס דער דעת תורה איז, איך וואלט זייער געוואלט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וואס איך האב צו טון.
א גרויסן דאנק.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בהר בחקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד המלמד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי האט נישט געוואלט אז זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינע פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפן טאג און אויפן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).
מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז דער ס"מ פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער ס"מ אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".
עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד, אויך האט ער געלערנט אלץ קינד אלט זייענדיג זעקס יאר ביי א מלמד פון אנשי שלומינו רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד".
מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי דער מלמד פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה; די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צו גיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.
אויך האט מוהרא"ש פארציילט אז דער מלמד הנ"ל פלעגט אויסטיילן אין חדר יעדן טאג פאר אלע קינדער א פרוטה און ער איז ארום געגאנגען מיט א פושקע צו אלע קינדער, און בשעת ער איז ארום געגאנגען מיט די פושקע האט ער געהאט א ספעציעלער ניגון וואס ער פלעגט זינגען: "הריני נותן צדקה לעניים וליתומים ולאלמנות, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל מיין גאנצע לעבן געבן צדקה פאר ארימעלייט, און אין דעם זכות זאל איך ניצול ווערן פון אלע צרות און פון אלע מחלות און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעלייגט אז עס איז געווען א הערליכע מחזה צו זען ווי אזוי יעדעס קינד לייגט אריין א פרוטה אין די פושקע נאכן זאגן די תפילה.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז פון אלע זיינע מלמדים געדענקט ער נאר זכרונות פון דעם מלמד און פון נאך א מלמד וואס איז אויך געווען א ברסלב'ער חסיד.
אזוי זאלסטו טון מיט דיינע קינדער; לייג אריין אין זיי תמימות ופשיטות און פארצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים. וואויל איז פאר א מלמד וואס פארציילט יעדן טאג מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, ווייל מעשיות פון צדיקים פלאקערט אויף דאס הארץ, מען הייבט אן מקנא זיין די צדיקים און מען וויל אויך ווערן א צדיק.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויף געפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק.
עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.
בזכות וואס דו לערנסט מיט תינוקת של בית רבן, דו געבסט אכטונג אויף זיי, דו האסט סבלנות צו זיי און דו לערנסט מיט זיי תורה ויראת שמים, זאלסטו פטור ווערן פון דיינע נסיונות; די ווערטער פון יראת שמים וואס דו רעדסט צו די קינדער זאל אריין גיין אין דיין הארץ, און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו תשובה טון באמת.