Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אברכי כולל קרית ברסלב פארהערן זיך הלכות בשר וחלב

    ווי יעדער אין שטעטל האלט מיט, זיצן אן ערך פון צוואנציג חשוב'ע אינגעלייט אין אונזער הייליגן כולל "היכל הקודש" קרית ברסלב, וואו מען לערנט דורך פארשידענע מקצועות איינס נאכן צווייטן מיט א געוואלדיגע התמדה.   פאר ראש השנה תשפ"ו, האבן זיך די אינגעלייט פארהערט גאנץ הלכות שבת ביי עטליכע גדולי הרבנים. די רבנים האבן דערנאך געשריבן פאר יעדן אינגערמאן באזונדער גאר שיינע בריוו, וואו זיי האבן אויסגעדריקט זייער גרויסע התפעלות זעענדיג ווי די אינגעלייט קענען הלכות שבת ישר והפוך; אלע הלכות זענען ביי זיי קלאר און ליגן ביי זיי "כמונח בקופסא".   נאך הלכות שבת איז מען אריבער צום קומענדיגן מקצוע, הלכות בשר וחלב. מען האט דאס אדורכגעאקערט פאר א שטיק צייט אהין און צוריק, אנגעהויבן פון די גמרא ביזן הלכה למעשה, ביז מען איז שוין ברוך השם געווען גרייט פאר א פארהער.   דאנערשטאג פרשת נצבים-וילך, פאר ראש השנה, זענען די חשוב'ע כולל אינגעלייט טאקע אריבער זיך פארהערן ביי א גאר חשוב'ן דיין, הרה"ג ר' אברהם וויינגארטן שליט"א, ראש הכולל "חלקת דוד" אין מאנסי.   דער חשוב'ער דיין שליט"א האט שטארק באוואונדערט די קלארקייט וואס די אינגעלייט האבן ארויסגעוויזן אינעם גאנצן מקצוע. מען זעט קלאר אז זיי האבן דאס גוט דורכגעלערנט און זענען נישט סתם געזעסן אויפן כולל באנק צו שטופן די צייט, נאר זיי לערנען אינעם כולל ווייל דאס האבן זיי אויסגעקליבן מרצונם הטוב, וועלנדיג אויסניצן די טעג מיט לערנען די הייליגע תורה, אז די תורה זאל זיין זייער גאנצע אומנות.   דעם קומענדיגן זונטאג, עשרת ימי תשובה, זענען די חשוב'ע אינגעלייט אריבערגעפארן קיין בארא פארק זיך צו פארהערן אויף די געלערנטע סוגיות ביים בארימטן סקווירא דיין, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א.   שמועסנדיג מיט איינעם פון די חשוב'ע אינגעלייט אין כולל, הרה"ח ר' לוי יצחק האראוויץ שליט"א, האט ער אונז איבערגעגעבן דעם סדר וויאזוי די פארהערן זענען צוגעגאנגען: "עס ווענדט זיך וועלכע פארהער," זאגט ער. "ביים ערשטן פארהער ביי הרה"ג ר' אברהם וויינגארטן שליט"א האט ער האט געשטעלט עטליכע שאלות פאר יעדן אינגערמאן באזונדער. אבער ביים סקווירא דיין, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א, איז דער פארהער געווען פארן גאנצן עולם אינאיינעם, און ווער עס האט געוואלט האט געענטפערט."   ער פירט אויס: "נאכן פארהער האבן די רבנים איבערגעגעבן א שיינעם 'כתב' פאר די בני הכולל, וואו זיי שרייבן אז מען איז ב"ה אויסגעצייכנט אין דעם מקצוע. אויך אונזער חשוב'ער דיין און ראש הכולל שליט"א האט צוגעגעבן א שיינעם צעטל. יעצט, נאכן מצליח זיין און ענדיגן לערנען הלכות בשר וחלב, גרייט מען זיך שוין מיט פרישע כוחות אנצוהויבן לערנען הלכות תערובות."   דער אייבערשטער זאל העלפן אז די חשוב'ע אינגעלייט זאלן ווייטער שטייגן און מצליח זיין אין זייער תורה ועבודה, און מיר זאלן אלע קענען אנהאלטן אונזערע שיעורים כסדרן יעדן טאג; זאל אונז די הייליגע תורה באשיצן פון אלע שוועריקייטן וואס קומען נאר אונטער.   ותלמוד תורה כנגד כולם!   פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.  

    < זעה מער טז חשון תשפ"ז 📝
  • א הערליכער מעמד סיום הש"ס אין היכל הקודש ברסלב - פרעמישלאן

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; א ספעציעלע שמחה האט געהערשט דעם פארגאנגענעם שבת קודש אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב (פרעמישלאן וועי) אינעם עצי תמרים געגנט, ווען ביי שלש סעודות האט איינער פון די חשוב'ע מתפללים, מו"ה שרגא לעבאוויטש הי"ו &ndash; מחשובי אנשי שלומינו אין קרית יואל &ndash; געפראוועט א סיום הש"ס. &nbsp; עס איז געווען א טאפלטע שמחה אינעם בית המדרש, ווען אויסער דעם סיום הש"ס איז אויך פארגעקומען ביי שלש סעודות די שמחת השבע ברכות פונעם חשוב'ן מחותן מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו &ndash; וואס די לייענער קענען אים אפשר בעסער מיט'ן נאמען "גרשון קרעמער" &ndash; אינאיינעם מיט זיין מחותן מו"ה חיים הערש לעווי הי"ו. &nbsp; דער גבאי פונעם בית המדרש, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים ביי שלש סעודות לכבוד די גרויסע שמחה פונעם סיום הש"ס און לכבוד די שמחת חתן וכלה. ביי ברכת המזון האט מען מכבד געווען דעם מסיים מו"ה שרגא מיט אלע שבע ברכות לכבוד התורה. נאכ'ן בענטשן איז דער עולם ארויס אין פרייליכע ריקודין לכבוד דעם גרויסן סיום און לכבוד די שבע ברכות. &nbsp; דער מסיים ר' שרגא האט אנגעהויבן לערנען ש"ס בערך צוויי יאר צוריק; ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף די "ש"ס באן" און איז מיטגעפארן בלאט נאך בלאט, טאג נאך טאג, אן קיין טומל. צוביסלעך צוביסלעך האט ער זיך דערזען אז מ'האט געענדיגט גאנץ ש"ס! &nbsp; דער הייליגער רבי ז"ל האט שטארק מחזק געווען אנשי שלומינו מ'זאל לערנען אסאך און לערנען כסדרן. דער רבי האט געוואלט מ'זאל גיין ווייטער אפילו אויב מ'פארשטייט נישט, זאגנדיג אז ווער עס לערנט אזוי, וועט אנקומען צו גאר אסאך אין א קורצע צייט. &nbsp; מ'דארף נישט קיין שום ראיות דערויף; מ'זעט דאך אז א סיום הש"ס אין היכל הקודש איז נישט קיין זעלטנהייט. ברוך השם, מ'הערט כסדר פון נאך א אינגערמאן און נאך א בחור וואס ענדיגן ש"ס, ס'איז ב"ה ממש נישט קיין נייעס. אבער מיט דעם אלעם איז עס וויכטיג צו באריכטן, ווייל אפשר וועט זיך נאך א איד וואס לייענט די שורות אויפוועקן און דאס נאכמאכן, און אויך זוכה זיין מסיים צו זיין ש"ס. &nbsp; טייערע לייענער, די באן פארט ווייטער. ס'איז נאכנישט צו שפעט, מ'קען זיך נאך מיטכאפן. קום ארויף, כאפ דיך מיט! אויב וועסטו לערנען יעדן טאג א בלאט, וועסטו זיך אליין נישט גלייבן אין א פאר יאר ארום ווי ווייט דו ביסט אנגעקומען. &nbsp; מיר ווינטשן א הארציגן מזל טוב פאר די בעלי שמחה און זייערע משפחות: פאר ר' שרגא הי"ו, ער זאל זוכה זיין אז זיין קשר מיט די תורה זאל זיין א קשר של קיימא; און פאר די חשוב'ע מחותנים, ר' יצחק יונה און ר' חיים הערש, אז זיי זאלן זוכה זיין צו אסאך נחת פון דעם פרישן פארפאלק. און אלע אונזערע לייענער זאלן זוכה זיין אנצופאנגען און ענדיגן נאך אסאך מסכתות און ספרים, און זען נחת ביי די קינדער. &nbsp; אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו חשון תשפ"ז 📝
  • וויאזוי רייניגט מען אויס א טשולנט טאפ?

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון, איך בין א בחור וואס לערנט אין ישיבה. איך האב זיך איינגעקויפט אן אייגענעם טאפ און איך האב זיך צוגעגרייט א פיינעם, געשמאקן טשולנט לכבוד ליל שישי. פארשטייט זיך אליין אז נאכ'ן עסן איז דער טאפ געבליבן שמוציג; איך האב עס אפגעלייגט אויף שפעטער, און דערנאך אויף מארגן... אלע מיינע חברים האבן זיך מחיה געווען מיט'ן טשולנט, און איך האב געהאפט אז זיי וועלן כאטש צולייגן א האנט עס צו העלפן רייניגן. למעשה טרעף איך זיך א וואך שפעטער מיט א טאפ פול מיט פארקלעבטע, הארטע און איינגעגעסענע שמוץ וואס וויל בשום אופן נישט אראפגיין. וואס קען איך טון? &nbsp; א בחור אין ישיבה &nbsp; אן ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; טייערער ישיבה בחור, דו זוכסט אן עצה פאר א שמוציגן טאפ? אין יעדע שטוב מאכט זיך אמאל אז מ'פארזעט א טאפ, אדער אז דער טשולנט ברענט צו, און דאס עסן ווערט הארט און קלעבט זיך צו צום טאפ. אויב וועסטו פרעגן דיין מאמע, וועט זי דיר זאגן אז די עצה דערצו איז "סטיל-וואול" (Steel Wool). דאס איז א ספאנדזש געמאכט פון אייזן; מ'מאכט עס נאס מיט וואסער און זייף, און כאטש דו וועסט טאקע דארפן אביסל רייבן און קראצן, וועט עס אבער בעז"ה נישט נעמען לאנג און עס וועט אראפנעמען די שווערסטע און שטארקסטע שמוץ. איין הערה: ביי א "נאן-סטיק" (Non-stick) טאפ לוינט זיך עס נישט צו טון, ווייל עס וועט אפקראצן די גאנצע אויבערשטע שיכט, וואס וועט מאכן אז דער טאפ זאל ווערן ווי א געווענליכע קלעבעדיגע טאפ. &nbsp; דאס איז פונקט דאס וואס דער ראש ישיבה חזר'ט אונז כסדר איבער. יארן גייען אדורך אויף א מענטש, ער וויל באמת זיין גוט און ערליך, אבער דער יצר הרע זאגט אים: "מארגן וועסטו אנהייבן". ער וויל למשל אנהייבן מעביר סדרה זיין, אבער דער ס"מ זאגט אים: "נע, מ'האלט שוין יעצט ביי פרשת וירא אדער חיי שרה, וועסטו שוין אנהייבן קומענדיגע יאר שמחת תורה". אבער אן תורה קען מען דעם יצר הרע נישט באזיגן, אזוי ווי חז"ל זאגן (קידושין ל' ע"ב): "בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין". א מענטש דערזעט זיך אמאל מיט אזעלכע עבירות און פלעקן אז ער קען זיך נישט ארויסדרייען, ער פילט ממש צוגעקלעבט צו זיינע תאוות. וואס איז די עצה? וואס איז דער רוחניות'דיגער "סטילוואל" פאר זיין נשמה? די עצה איז משניות. משניות האט אזא כח אז עס רייניגט אפילו ווען א מענטש איז פארשמירט מיט די ערגסטע עבירות, אפילו ער איז שוין נעבעך צוגעוואוינט צו זיינע שלעכטע זאכן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז "משנה" איז די אותיות "נשמה" &ndash; דאס וועט דיר אפוואשן פון יעדן פלעק און דיר איבערלאזן פריש און ריין. &nbsp; איך האף אז דער טשולנט האט דיך טאקע זאט געמאכט... בפרט אז דו האסט זיך שוין צוקריגט מיט דיינע חברים; יעדער האט געגעסן און קיינער האט נישט געוואלט אפוואשן. ס'איז א שאד זיך צו עסן דאס הארץ דערויף, א טאפ קען מען אפרייבן אין צען מינוט... &nbsp; אויב דו ווילסט באמת ווערן זאט, כאפ אריין שיעורים כסדרן: מקרא, משנה, גמרא און הלכה. אויסער די שיעורי הישיבה, מאך דיר קביעות'דיגע שיעורים אין זאגן גמרא; דאס וועט דיך מאכן פיל מער זאט ווי דער טשולנט וואס איז שוין לאנג קאליע געווארן. &nbsp; א ליכטיגן און פרייליכן תמיד! &nbsp; וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם! &nbsp; האסט א שאלה? שרייב צו askgershon@gmail.com אדער רופט/טעקסט צו 845-445-7447

    < זעה מער טו חשון תשפ"ז 📝
  • כאאס אין די גאסן פון פראנקרייך

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; פארגאנגענעם שבת קודש, בשעת מיר אלע זענען געזעסן ביי שלש סעודות און געזונגען זמירות, האבן די גאסן פון פראנקרייך אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד. הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן, שרייענדיג אז בשעת די פרייזן פון די לעבנס-קאסטן האבן זיך שטארק געהויבן, קומען די געהאלטן פון די ארבעטער נישט נאך. אויסער דעם פאדערן די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן מער געלט פאר זייערע אינסטיטוציעס. &nbsp; דאס איז באמת א פלא. עס זענען דא לענדער וואו מענטשן גייען ארום בארוועס און מען האט קוים וואסער און ברויט צו עסן, אבער יעדער איז פרייליך; אבער פראנקרייך איז ברוגז. פראנקרייך איז איינע פון די רייכסטע לענדער אויף דער וועלט, זיי האבן שיינע הייזער, טייערע קארס און אלע שוואוילטאגן, אבער דאס מאכט זיי נישט צופרידן! דאס איז עברי טייטש פונעם מאמר חז"ל: "מי שיש לו מנה רוצה מאתים" &ndash; וואס מער מען האט, אלץ מער ארעם ווערט מען... &nbsp; די רעגירונג האט זיך שווערליך געקענט אן עצה געבן מיט די געספוילטע קינדער. זיי האבן ארויסגעשיקט איבער 70,000 פאליציאנטן צו באוואכן די גאסן, נאכדעם וואס א וואך פריער, שבת פרשת נח, האבן די פראטעסטירער צעבראכן, גערויבט און פארברענט וואס עס איז זיי נאר געקומען אינטער די האנט. &nbsp; דער הייליגער רבי ז"ל דערציילט אונז די שיינע מעשה פונעם חכם און דעם תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט'). ווי דער חכם איז ארומגעפארן איבער דער וועלט, ער האט זיך אויסגעלערנט אסאך חכמות און מלאכות, און פונדעסטוועגן איז ער קיינמאל נישט געווען צופרידן; ביי יעדע זאך האט ער געזען א חסרון. אבער דער תם איז געווען א פשוט'ער שוסטער, ער האט קוים פארדינט אויף ברויט, און דער שוך וואס ער האט געמאכט האט געהאט יענע פנים, &ndash; א שיכל מיט דריי עקן. דאך האט ער זיך געפרייט מיט יעדע זאך, און ווען ער האט געגעסן א שטיקל טרוקן ברויט, האט ער עס געגעסן מיט אזא געשמאק ווי דאס בעסטע מאכל. ער איז געווען דער גליקליכסטער מענטש! &nbsp; אבער נישט נאר פראנקרייך בלאזט. די איטאליענער זענען זעט אויס מקנא די פראנצויזן. אין מילאן האט די רעגירונג אויך געדארפט ארויסשיקן הונדערטער סאלדאטן, צוגאב צו די טויזנטער פאליציי, און די טייערע "ברענד נעים" געשעפטן האבן אלע געמוזט פארקלאפן די פענסטער מיט ברעטער. &nbsp; און דער אמת איז, אז די פראטעסטירער זענען אמווייניגסטנס אביסל גערעכט. "אלעס איז טייער!" שרייען זיי. דאס איז ריכטיג. יעדע קליינע זאך וואס מיר טוען דא אויף דער וועלטל איז זייער טייער. יעדע מצוה'לע, יעדער שמייכל צו א צווייטן איד, יעדע אמן, אלעס איז זייער טייער. אין הימל צאלט מען זייער אסאך פאר יעדע קלייניקייט. &nbsp; איזהו עשיר, השמח בחלקו! &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו חשון תשפ"ז 📝
  • פאטאלע שיסעריי ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק

    דורך: גרשון קרעמער &nbsp; אינמיטן דעם שווערן נאכמיטאג ראש-האוער טראפיק - דינסטאג פרשת לך לך, ווען טויזנטער מענטשן פארן אהיים פון דער ארבעט - בערך 6:45 אזייגער, האט פאסירט א שרעקליכער אינצידענט אויפ'ן רעמפ פון וואשינגטאן הייטס ארויף צום אויבערשטן שטאק פונעם דזשארדזש וואשינגטאן בריק. עס האט זיך אנגעהויבן ווען צוויי קארס האבן אין די זעלבע צייט געטוישט ליניעס און זיך כמעט צוזאמגעשטויסן. ביידע דרייווערס האבן שנעל געדריקט די ברעיקס... אבער דערמיט האט זיך די מעשה נישט געענדיגט. &nbsp; לויט ווי די פראקורארן זאגן, זעט מען אויף די קעמערעס ווי א 62-יעריגער פענסיאנירטער דעטעקטיוו פון דער ניו יארקער פאליציי האט נאכגעיאגט א צווייטן קאר און איז אים נאכגעפארן ממש אונטער אים, ביז ער האט אים דערכאפט פון רעכטס און ארויסגעשאסן איין קויל דורכ'ן הינטערשטן פענסטער. דערנאך איז ער ווייטער געפלויגן דורכ'ן פאליסעידס פארקוועי אין דער ריכטונג פון זיין היים אין העווערסטרא, ראקלאנד קאונטי. &nbsp; דער געשאסענער, מר. ארווין, א 46-יעריגער פאטער פון צוויי קינדער און אן ארבעטער ביי קאן עדיסאן, איז דאן געווען אויפ'ן וועג אהיים נאך א לאנגן טאג ארבעט. מ'האט אים אפגעפירט אין שפיטאל, וואו ער איז ליידער אויסגעגאנגען. &nbsp; די פאליציי האט פארמאכט די ליניעס אויפ'ן אויבערשטן שטאק אין דער ריכטונג קיין ניו דזשערסי פאר ארום זעקס שעה, ביז בערך איינס אזייגער ביינאכט. דעם קומענדיגן טאג האט מען ארעסטירט דעם פארדעכטיגטן, און דאנערשטאג האט מען אים אנגעקלאגט מיט ערשטע גראד מארד קלאגעס. &nbsp; עס איז שטוינענד צו זען וויאזוי אן אינצידענט, וואס וואלט זיך געקענט ענדיגן מיט גארנישט, האט זיך אזוי אויסגעלאזט. וויפיל מאל פאסירן ליידער "כמעט" עקסידענטן? אמת, דער צווייטער דרייווער איז נישט געווען פארזיכטיג, אבער ווען עס קומט אריין כעס, און מען טראכט "איך וועל אים ווייזן", אדער "איך בין גערעכט, איך בין דא געווען פריער!", פארלירט מען דעם שכל. אין איין רגע איז א מענטש דערמארדעט געווארן, און עס איז איבערגעבליבן אן אלמנה מיט צוויי קינדער אן א טאטן. און ער אליין, וואס האט יארן לאנג געדינט אין די פאליציי, האט אלעס פארלוירן; יעצט וועט ער אפשימלען אין די ערגסטע תפיסות. דאס אלעס, פארוואס? &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אונז אלעמאל זאגן: "זיי קלוג, נישט גערעכט!" ווען דו פארסט אויפ'ן הייוועי און איינער שניידט דיך אריין, לאז אים גיין! לאז אים פליען פאראויס! בפרט ווען מען רעדט פון א גוי; א גוי איז עלול אויף רציחה. דו מיינסט אז עס איז א שפיל זיך צו רייצן מיט א גוי?! און וואס קאסט עס דיר? א האלבע מינוט? קוק וואס דו קענסט פארלירן אויב דו וועסט זיך עקשנ'ען צו בלייבן "גערעכט". חז"ל זאגן: "כל הכועס כל מיני גיהנם שולטין בו" (נדרים כ"ב ע"א). &nbsp; די זעלבע זאך איז אין שטוב. עפעס גייט אנדערש ווי דו ווילסט? האסט שוין טויזנט מאל געזאגט אז מען טוט נישט אזוי, און דו פילסט ווי דו רעדסט צו א וואנט? בארואיג דיך, עס וועט זיין גוט. שפעטער, ווען דו וועסט זיין רואיג, וועסטו עס זאגן נאכאמאל שיינערהייט. &nbsp; דער אייבערשטער זאל אונז העלפן אז מיר זאלן זיין קלוג און נישט זוכן צו זיין גערעכט, דעמאלט וועלן מיר האבן א שיין און זיס לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם! &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יד חשון תשפ"ז 📝
  • פתיחת הזמן פונעם ווינטער זמן אין ישיבה

    דעם פארגאנגענעם דינסטאג פרשת נח, האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן די דרשת פתיחת הזמן פאר די בחורים אין ישיבה. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעווארט אויף דעם טאג, ווען די בחורים פונעם שטעטל זענען אויך אריינגעקומען אין שטאט מיטצוהאלטן אין ישיבה, כדי מ'זאל קענען געבן די דרשה פאר אלע בחורים אינאיינעם. &nbsp; דורכאויס די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א אוו עקגעשטעלט די דריי יסודות פון די ישיבה, און ארויסגעברענגט פאר די בחורים אז אויב זיי וועלן זיך צוהערן און פאלגן די הדרכות, וועלן זיי האבן א גוט און געשמאק לעבן, סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט. &nbsp; אלס ערשטע יסוד, איז די ישיבה אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז יעדער איינציגער בחור האט א מהלך וויאזוי צו לערנען תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר "דרך הלימוד", א וועג צו לערנען דורך זאגן די ווערטער פון די תורה, אפילו אויב מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט און מ'געדענקט נישט וואס מ'האט געלערנט. אויף דעם וועג קען יעדער איינציגער איד לערנען תורה יעדן טאג, און קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון. &nbsp; היות פילע בחורים האבן אנגעפרעגט וועלכע שיעורים זיי זאלן לערנען, האט דער ראש ישיבה שליט"א אוועקגעשטעלט פיר יסודות'דיגע שיעורים פאר יעדן בחור; אויב איינער וויל צולייגן נאך שיעורים, זאל ער קומען פרעגן פריוואט. &nbsp; דער ערשטער שיעור איז חומש רש"י מיט תרגום. מען זאל זיך מאכן א קבוע'דיגן סדר צו לערנען יעדן טאג א שטיקל פון די פרשה, שנים מקרא ואחד תרגום: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביזן סוף וואך וועט מען האבן געענדיגט די גאנצע פרשה; מען קען עס שוין ענדיגן אפילו דאנערשטאג. עס וועלן נישט זיין קיין בחינות דערויף און מען גייט קיינעם נישט פארהערן, נאר דער עיקר איז אז יעדער בחור זאל זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש. דאס דארף נישט נעמען מער ווי זיבן מינוט א טאג, און אפילו אויב מען קען נישט די טראפן, קען מען פשוט זאגן די ווערטער. &nbsp; דער צווייטער שיעור איז משניות. דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז יעדער בחור זאל זיך אנשטרענגען צו לערנען יעדן טאג ח"י (אכצן) פרקים משניות. פאר א מתחיל וועט עס נעמען בערך א שעה, אבער מיט די יארן ווען מען געוואוינט זיך צו, וועט עס נעמען נישט מער ווי א האלבע שעה ביז פערציג מינוט. דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון משניות, און בתוך הדברים אויסגערופן עטליכע סיומים פון בחורים וואס האבן געענדיגט ששה סדרי משנה. אבער אויב א בחור פילט אז ער קען נישט לערנען אכצן פרקים, זאל ער זאגן כאטש אזויפיל וויפיל ער קען. &nbsp; דער דריטער שיעור איז תהלים: מען זאל פרובירן צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים און אזוי ארום ענדיגט מען דעם גאנצן ספר תהלים יעדע וואך. דאס דארף צו נעמען בערך צווישן צוואנציג מינוט און א האלבער שעה, און אפילו דא, אויב מ'קען נישט זאגן דעם גאנצן 'יום', זאל מען כאטש זאגן עטליכע קאפיטלעך. דער פערטער שיעור איז גמרא: מען הייבט אן פון מסכת ברכות און מען גייט כסדר ביז מען איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס און מען הייבט עס אן נאכאמאל פונדאסניי. &nbsp; די צווייטע נקודה פון די ישיבה איז, אז יעדער זאל זיך קובע זיין א צייט יעדן טאג צו רעדן צום אויבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך. דאס איז א זאך וואס ס'איז נישט גענוג צו הערן איין מאל, נאר מען דארף יעדן טאג פרישע חיזוק דערויף. קיינער קוקט נישט אויף יענעם; יעדער האט זיך זיין אייגענעם פלאץ און זיין מהלך וויאזוי ער רעדט צום אייבערשטן. איינער גלייכט ענדערש צו גיין אין א שטילע, באהאלטענע פלאץ, א צווייטער גלייכט צו גיין שפאצירן, און אנדערע האבן אנדערע וועגן און פלעצער, אבער יעדער מוז האבן א באשטימטע צייט צו רעדן יעדן טאג צום אויבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס ליגט אים אויפ'ן הארץ און אלעס וואס ער דארף. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט און געגעבן משלים וואס און וויאזוי מען זאל רעדן צום באשעפער. &nbsp; די דריטע נקודה אויף וואס די ישיבה איז געבויט, איז זיך צו פרייען מיט דעם וואס מען האט; זיין פרייליך און צופרידן מיט יעדע מצוה און גוטע זאך וואס מען האט זוכה געווען אריינצוכאפן. מען זאל נישט קוקן אויף א צווייטן אז יענער האט מער אדער אז יענער איז בעסער, נאר קוקן אויף יעדע זאך וואס מען אליין פארמאגט: מען האט א קאפל מיט פיאות און א בארד, מען טראגט ציצית, מען היט שבת, מען עסט כשר, און אזוי ווייטער. מען דארף זיך שטארק פרייען מיט יעדע גוטע זאך וואס מען האט, זיך מורא'דיג מחי' זיין דערמיט, און זיין צופרידן מיט זיך אליין. &nbsp; מיט דעם האט מען אנגעהויבן דעם נייעם זמן אין ישיבה, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט אז דאס איז בעצם די גאנצע מהות וואס די ישיבה האט צו פארקויפן. במשך דעם יאר וועט מען מער מרחיב זיין און אויסקלארן אלע נקודות, כדי יעדער זאל זוכה זיין צו לעבן דערמיט און האבן דעם גן עדן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. עס לוינט זיך אויסצוהערן דעם גאנצן שיעור וואס פארמאגט נאך אסאך שיינע זאכן. דרוקט דא עס צו הערן. &nbsp; דינסטאג אינדערפרי איז אויך פארגעקומען א ברית אין ישיבה, ווען מו"ה אהרן שלמה שווארץ הי"ו האט געפראוועט א ברית אין ישיבה. ביים סעודת ברית האט דער חשוב'ער זיידע מו"ה יהונתן שווארץ הי"ו אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים. עס איז אויך געווען דארט א חשוב'ער גאסט, דער באקאנטער מגיד מישרים מו"ה לייביש ליש שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע דיבורים פאר די בחורים און ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די ערליכקייט און דרך ארץ פון די חשוב'ע תלמידי הישיבה. מען קען הערן די דרשה אויף "קול ברסלב" ביי דעם וועכנטליכן "ברסלב'ע ברידער" ליל שישי שמועס: דרוקט 1 פאר אידיש, דערנאך 4 פאר שמועסן און אנאליזן, דאן 5 פאר די "ברסלב'ע ברידער", און נומער 195 פאר דעם שמועס פון פרשת נח. &nbsp; דער זמן האט זיך ברוך ה' אנגעהויבן אויפ'ן רעכטן פוס, סיי אין די ישיבה אין וויליאמסבורג, סיי אינעם שטעטל אין ליבערטי, און אזוי אויך אין ארץ ישראל; און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען ווייטער ממשיך זיין מיט א שטארקייט אויף ווייטער, צו מאכן א נחת רוח פאר'ן הייליגן באשעפער.

    < זעה מער יב חשון תשפ"ז 📝
  • ברוך דיין האמת: הרה"ח ר' שלמה ברוך בלוי זצ"ל, מגדולי תלמידי מוהרא"ש זי"ע

    דורך: גרשון קרעמער &nbsp; מיט א צובראכענעם הארץ מעלדן מיר איבער די פטירה פון הרה"ח ר' שלמה ברוך בלוי זצ"ל, איינער פון די גאר נאנטע און געטרייע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע. דער נפטר האט די לעצטע תקופה געוויילט דא אין אמעריקע אין שפיטאל, ליידנדיג פון די שווערע מחלה ל"ע, וואו ער האט צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה פארן באשעפער אין דעם יונגן עלטער פון בלויז 55 יאר, נאך יארן פון שווערע יסורים וואס ער האט מקבל געווען באהבה. &nbsp; דער נפטר איז געבוירן געווארן אין חודש כסלו תשל"א צו זיינע חשובע עלטערן, יבדלחט"א הרב ר' אברהם בלוי שליט"א און זיין חשובע מאמע תחי'. אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט מיט גרויס פלייס אין ישיבת 'חכמי לובלין' בצל הקודש פונעם גרויסן גאון דער בעל 'שבט הלוי' זצ"ל. ער איז געווארן מקורב צום רבין דורך מוהרא"ש זי"ע נאך אלס בחור, און פון דעמאלט אן איז ער געווען שטארק מקושר צו מוהרא"ש בעבותות אהבה; ער איז געווארן איינער פון די סאמע נאנטסטע תלמידים, און האט שטענדיג צוגעלייגט אן אויער אויפצוכאפן יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; זיין גאנץ לעבן האט ער געווידמעט צו דרוקן און מפיץ זיין די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. צענדליגער יארן האט ער אריינגעלייגט כוחות עצומות טאג און נאכט צו דרוקן, מגיה זיין און פארשפרייטן די הייליגע ספרים איבער די גאנצע וועלט, אלס דער הויפט 'בעל מגיה' אויף אלע ספרים פון מוהרא"ש. פאר ער האט זיך אריינגעלייגט דערין זענען די ספרים געווען אן קיין ניקוד; ער האט עס פיל עדיטעד, איבערגעקוקט, מסדר געווען דעם דקדוק, און אריינגעלייגט דעם ניקוד אין פילע פון די ספרים. די באקאנטע סעריע "אשר בנחל", "חיי מוהרא"ש" און נאך הונדערטער ספרים און קונטרסים וואס מען געפינט היינט אויף די שעלפס אין אזויפיל אידישע שטובער, זענען אלעס זיינע פירות. &nbsp; אויסער זיין ארבעט מיט די ספרים, איז ער געווען א געוואלדיגער בעל מחנך וואס האט משפיע געווען אויף זיינע תלמידים מיט זיין ווארעמען הארץ. אין יבנאל האט ער געדינט אלס ראש ישיבה פון 'תפארת מוהרא"ש', וואו ער האט מיט זיין הארציגן צוגאנג צוגעצויגן די נשמות פון די יונגע תלמידים. ער האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן בחור לויט זיין מדרגה, און ספעציעל האט ער געהאט א שפראך צו די געפאלענע און צובראכענע בחורים וועמען ער האט מחזק געווען און צוריקגעברענגט צום דרך המלך. מיט זיין אומגעהויערע סבלנות און גוטע ווערטער האט ער זוכה געווען מקרב צו זיין אומצאליגע אידישע קינדער צום אויבערשטן. זיין טיר איז שטענדיג געווען אפן פאר יעדן וואס האט געדארפט א גוט ווארט, זיך שואל עצה זיין איבער שלום בית, חינוך, אדער סיי וואס פאר א הילף. &nbsp; כאטש וואס ער איז די לעצטע יארן נישט געווען געזונט און זיך געמוטשעט מיט א שווערע מחלה ל"ע, האט ער זיך אבער שטענדיג געשטארקט מיט אמונה און בטחון אז אלעס איז פונעם באשעפער, און אז אזוי ווי עס קומט פונעם אויבערשטן איז עס זיכער גוט. ער האט ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש און הרבצת התורה מיט א געוואלדיגע גבורת הנפש, טראץ די שווערע יסורים וואס ער איז דורכגעגאנגען. אפילו אין די לעצטע חדשים ווען די מחלה איז ליידער געווארן פיל שווערער, און דאס פארן קיין אומאן איז אים אנגעקומען מיט מסירות נפש ממש, האט אים גארנישט געקענט אפגעהאלטן פון קומען צום הייליגן רבין אויף דעם לעצטן ראש השנה פון זיין לעבן. &nbsp; דער נפטר לאזט איבער נאך זיך זיין חשוב'ע אשת חיל עטרת בעלה תחי', א הערליכע דור פון ערליכע וואוילע קינדער און אייניקלעך וואס גייען בדרך התורה והחסידות, און הונדערטער תלמידים וואס האבן זיך געלערנט ביי אים. &nbsp; כאטש וואס די פטירה איז א פארלוסט פאר גאנץ כלל ישראל, שפירט זיך אבער דער חסרון גאר שטארק ביי אונז אין היכל הקודש. ער האט איבערגעלאזט א גרויסן חלל וואס מיר אלע דארפן יעצט פרובירן אנצופילן. דערפאר וועלן אנשי שלומינו זיך מקבל זיין ווייטער ממשיך צו זיין אין זיינע וועגן, אליין ארויסצוגיין מפיץ זיין, און העלפן און שטיצן די וואס זענען עוסק אין הפצה בטירחא דגופא ובממונא לעילוי נשמתו פון דעם גרויסן נפטר, וואס וועט זיכער זיין א מליץ ישר פאר אלע וואס גייען אין זיינע דרכים. &nbsp; תהא נשמתו צרורה בצרור החיים. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ט חשון תשפ"ז 📝
  • טעסלא שטעלט פאר א פליענדיגע קאר

    פון: גרשון קרעמער&nbsp;נעכטן דאנערשטאג פרשת נח, האט די "טעסלא" פירמע פארגעשטעלט ביי די ספעיס-עקס ראקעט טעסט לאקאציע אין טעקסאס א נייע ווערסיע פון די "ראודסטער" קאר, וואס קען זיך הייבן פון דער ערד, זיך איבערדרייען קאפ-אראפ אין די לופט, און דערנאך זיך צוריקדרייען געהעריג און לאנדן רואיג אויף דער ערד. די קאר איז אנטוויקלט געווארן מיט די הילף פון "ספעיס-עקס", די ראקעט פירמע פון אילאן מאסק, וועלכער שטייט אויך אין שפיץ פון די טעסלא קאמפאני.&nbsp;ביי די פארשטעלונג איז די ווייסע קאר ארויפגעפארן אויף א הויכע רעמפ אין די פארעם פון אן אות "כ". די קאר איז ארויפגעפארן אויפ'ן רעמפ פון דער ערד און ווייטער ארויף אויף די וואנט; זי האט זיך אפילו אפגעשטעלט אינמיטן די וואנט מיט'ן קאפ ארויף, און דערנאך ווייטער ארויפגעפארן ביז צום דאך מיט'ן קאפ אראפ. פון דארט איז זי "אריינגעפארן" פארקערטערהייט אין די לופט, ארויס פונעם רעמפ, זיך איבערגעדרייט אין די לופט, און זיך צוריק אראפגעלאזט צו די ערד מיט די הילף פון מאטארן וואס בלאזן ארויס שטארקע לופט-שטראמען. אזוי אויך האט די קאר דעמאנסטרירט וויאזוי זי קען ארויפפליען פונעם באדן, איבערהיפן א רייע טעסלא קארס, און דערנאך לאנדן.&nbsp;דער אופן וויאזוי דאס ארבעט איז דורך מעכטיגע פענס וואס שלעפן און בלאזן לופט מיט א געוואלדיגע קראפט; דורך דעם קען עס זיך האלטן און ממש "פארן" אויף די ווענט און אויפ'ן דאך, און אפילו פליען א ביסל אינדערלופט.&nbsp;א סך מאל מיינען מענטשן אז מ'דארף פליען אין די לופטן כדי אנצוקומען ווייט, אבער ווי עס קוקט אויס איז עס נישט ממש אזוי; די דאזיגע קאר ערווארט מען נישט צו זען אזוי שנעל אויף די גאסן, ווייל דערווייל איז עס נישט לעגאל צו פארן מיט אזא קאר אין ערגעץ נישט.&nbsp;ביים דינען דעם אויבערשטן דארף מען אויך וויסן דעם דאזיגן כלל. א מענטש דארף זיין "דא אויף דער ערד" און דינען דעם באשעפער אינאיינעם מיט א ווייב, מיט קינדער און מיט פרנסה. א מענטש וואס לאזט איבער זיין ווייב, ער ברענגט נישט אהיים קיין פרנסה, און ער לויפט אוועק פון שטוב כדי צו פליען אין די לופטן &mdash; מיינענדיג אז "דארט" וועט ער "כאפן" דעם אויבערשטן &mdash; מיט אזא סארט קאר קען מען אין ערגעץ נישט אנקומען. עס איז טאקע זייער שיין פאר א פארשטעלונג; טעסלא האלט זיך זייער גרויס מיט זייער "מעכטיגע דערגרייכונג", וואס הייסט? מיר האבן באוויזן אז עס עקזיסטירט אזא מציאות, און מ'קען מאכן "פליענדיגע קארס." דאס איז טאקע זייער שיין, אבער מיט קארס וואס פארן מיט די פיר רעדער אויף דער ערד קען מען אנקומען איבעראל וואו מ'דארף, און די פליענדיגע קארס וועלן מיר איבערלאזן פאר די שאוס.&nbsp;אויב מיר וועלן פאלגן דעם צדיק און זיך פאקוסן אויף וואס מיר קענען טון פארן אויבערשטן היינט, וועלן מיר אנקומען צום תכלית פאר וואס דער אויבערשטער האט אונז באשאפן.&nbsp;אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר.&nbsp;פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.&nbsp;

    < זעה מער ה חשון תשפ"ז 📝
  • הערליכע הכנסת ספר תורה דורכ'ן חשוב'ן דיין שליט"א דעם חול המועד

    &nbsp; מ'האלט שוין היבש נאכן פרייליכן און געשמאקן יום טוב סוכות, אבער עס ליגט נאך אלץ טיף אין די ביינער די געהויבענע און הערליכע שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם צווייטן טאג חול המועד אינעם שטעטל, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורכן חשובן דיין פונעם שטעטל, הרה"ג מו"ה יונה זינגער שליט"א. &nbsp; די סיום כתיבת האותיות איז שוין אפגעראכטן געווארן נאך פאר יום טוב, איין טאג אין בארא פארק און איין טאג אינעם שטעטל. עס האבן זיך באטייליגט און אריינגעשריבן אותיות דער ראש ישיבה שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א, און הגה"צ דומ"ץ סאטמאר לב אהרן שליט"א פון בארא פארק, אינאיינעם מיט נאך פילע חשוב'ע רבנים און אידן. &nbsp; צום באשטימטן צייט דינסטאג חול המועד האט זיך דאס גאנצע שטעטל צוזאמגענומען, אנשים נשים וטף, אינאיינעם מיט א גרויסן עולם געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון דערווייטנס, קרובים וידידים פונעם דיין שליט"א און פילע אנשי שלומינו. אלע האבן זיך פארזאמלט ביים הויז פונעם דיין שליט"א אין שטעטל, פון וואו מען איז ארויסגעגאנגען בתופים ובמחולות מיט פייערדיגע טענץ און געזאנג, אנגעפירט דורך די חשוב'ע און טאלאנטפולע שפילער און זינגער פון אנשי שלומינו. מען האט געטאנצן לעבעדיג דעם גאנצן וועג ביז צום בית המדרש אויף האשקי, וואו מען איז ארויסגעקומען מיט די ספרי תורה פון שול מקבל פנים צו זיין דעם נייעם ספר תורה. דאן איז דער נייער ספר תורה אריינגעפירט געווארן אין בית המדרש, וואו מ'האט ווייטער געטאנצן מיט א גרויסע שמחה און התרגשות פאר א לאנגע צייט לכבודה של תורה. &nbsp; דער דיין שליט"א האט מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכת שהחיינו אויפ'ן נייעם ספר תורה, און פארגעזאגט דעם קאפיטל "לדוד מזמור" בשעת מ'האט אריינגעלייגט דעם ספר תורה אינעם ארון הקודש. &nbsp; די סעודה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן סוכה פונעם בית המדרש, וואו די באטייליגטע האבן זיך געקוויקט מיט א רייכע סעודה כיד המלך. עס האט אויפגעטרעטן מיט שיינע דברי ברכה דער שווער פונעם דיין שליט"א, הרה"ח ר' שמחה פנחס שטראהלי שליט"א, משב"ק אדמו"רי באבוב. ער האט געעפנט זיין דרשה מיט די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן אין ספר המדות: "על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם", וואס דאס קומט אריין זייער פאסיג צום יעצטיגן מאמענט ווען דער חשוב'ער דיין האט אריינגעגעבן א ספר תורה. ער האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א "שמחה משולשת": די שמחה פונעם הכנסת ספר תורה, אינאיינעם מיט דעם פרייליכן יום טוב סוכות - זמן שמחתינו, און די שמחת בית השואבה. ער האט ווייטער ממשיך געווען מיט שיינע טרעפליכע דיבורים, און האט מסיים געווען מיט חרוזים פונעם זיידן דער הייליגער חתם סופר זי"ע, וואס דער חתם סופר האט מחבר געווען טאקע לכבוד אן הכנסת ספר תורה וואס ער האט אריינגעגעבן אום חול המועד סוכות. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט שיינע דיבורים פונעם דיין שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבערן הייליגן יום טוב סוכות און איבערן ענין פון הכנסת ספר תורה. דער דיין האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכיה פון קענען שרייבן א ספר תורה, און אויף די זכיה צו קענען מרביץ תורה זיין פאר אידן. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ער האט ארויסגעברענגט אז יעצט, ווען מיר האלטן ביים מסיים זיין און נאכאמאל אנהויבן די הייליגע תורה אום שמחת תורה, איז דאס די מערסטע פאסיגע צייט אריינצוגעבן א ספר תורה. ער האט אויך מעורר געווען זיך צו שטארקן אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מאריך געווען איבער די גרויסקייט און די סגולות וואס ליגן אין די מצוה, און דערמאנט דאס וואס מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן, אז א מענטש דארף מאכן א חשבון ביי זיך אויב ער טוט טאקע די מצוה יעדע וואך. &nbsp; די סיבה פארוואס מענטשן זענען זיך אמאל מתרשל איז ווייל נישט יעדער קען דאס באווייזן אום פרייטאג; דעריבער דארף מען וויסן אז לויטן שלחן ערוך קען מען איינטיילן די פרשה במשך די גאנצע וואך. אויב מען לערנט יעדן טאג א שטיקל שנים מקרא ואחד תרגום &ndash; וואס נעמט אינסעגזאמט נאר ארום זעקס-זיבן מינוט א טאג &ndash; קען מען גרינג ענדיגן יעדע וואך די גאנצע פרשה און זוכה זיין צו אלעס גוטס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מיט פייערדיגע דיבורים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון לערנען תורה, ער האט ארויסגעברענגט אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען מאכן א מענטש באמת צופרידן און נאר דאס זעטיגט אן די נשמה. מ'דארף נישט מאכן קיין איבעריגע חשבונות וואו מ'האלט אויף דער וועלט; אפילו אויב מ'איז פארפארן אדער ארויסגעפאלן פון די קבועה'דיגע שיעורים, קען מען אלעמאל אנהייבן פון דאסניי. מ'זאל פשוט נעמען א חומש, א משניות, א תהלים, אדער א גמרא, און געבן אביסל "עסן" פאר'ן נשמה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונעם דיין שליט"א, וואס האט זיך אוועקגעגעבן און איז געקומען וואוינען אינעם שטעטל מיט'ן איינציגן ציל צו קענען ענטפערן שאלות פאר די תושבים, אריינבלאזן א פרישע חיות אין יעדן אינגערמאן, אנפירן מיט'ן ארטיגן כולל, און נאך פילע גוטע זאכן וואס דער דיין טוט כסדר לטובת הקהילה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות פאר'ן דיין שליט"א, פאר זיין חשוב'ע משפחה, און פאר'ן גאנצן עולם. די געהויבענע און הערליכע הכנסת ספר תורה וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט.

    < זעה מער ג חשון תשפ"ז 📝
  • פערטן שטאק פונעם נייעם בנין אין אומאן געגאסן

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; ב"ה עס קומען אריין פרישע בילדער פונעם נייעם בנין אין אומאן, וואו מען זעט ווי די ארבעט רוקט זיך פאראויס גאר שנעל. נאכדעם וואס די סטרוקטור פון די אונטערשטע שטאקן איז שוין פארטיג, גיסט מען יעצט דעם קאנקריט פלאר פונעם פערטן שטאק. שטאפל נאך שטאפל זעט מען ווי דער נייער בנין ווערט ב"ה א מציאות. &nbsp; ווער עס געדענקט די ערשטע יארן אין אומאן, געדענקט אויך ווי אנשי שלומינו פלעגן דינגען א פלאץ און זיך האלטן אינאיינעם. דער ציבור איז געוואקסן, די בחורים האבן חתונה געהאט און אנגעהויבן מיטברענגען די קינדער, און די פלעצער זענען געווארן צו ענג. אזוי איז מען אנגעקומען צום ערשטן אייגענעם בנין, וואו עס איז אויפגעבויט געווארן א ריזיגער בנין וואו מען קען לערנען, דאווענען, עסן און שלאפן, אלעס אינאיינעם אויף א רואיגן און ערליכן פלאץ. &nbsp; ראש השנה תשע"ט האט דער בנין אנטהאלטן בלויז 130 בעטן, אבער מיט די יארן האט מען צוגעבויט נאך א שטאק שלאף-צימערן און נאך א שטאק, ביז דער בנין איז געוואקסן צו זעקס שטאקן: דער ערשטער שטאק - דער בעיסמענט מיט די מקוה און קאך, העכער דעם דער בית המדרש, און דערויף נאך פיר שטאקן שלאף-צימערן. פארגאנגענעם יאר זענען שוין געווען אינעם בנין איבער זעקס הונדערט בעטן, און דער בית המדרש האט פארמאגט איבער טויזנט זיצן. &nbsp; אבער מיט דעם אלעם איז עס נאכאלץ נישט גענוג. די בעטן ווערן זייער שנעל אויסגעכאפט, דער ציבור וואקסט בלי עין הרע, און יעדעס יאר קומען צו פרישע מקורבים וואס ווילן קומען צום ריינעם ווינקל אין אומאן. בפרט פאר א טאטע וואס קומט מיט קינדער, איז אזא פלאץ גאר וויכטיג. &nbsp; ווי שוין באריכטעט, איז דער יעצטיגער בנין היבש אנדערש פונעם ערשטן. דער נייער בנין ווערט געפלאנט אין פיר באזונדערע חלקים; מען בויט קודם איין חלק פון אונטן ביז אויבן, אנשטאט אויפצוציען א ריזיגע ברייטע סטרוקטור און זיך דערנאך מוטשען מיט אלע שטאקן אויפאיינמאל. ווען דער ערשטער חלק וועט זיין גרייט, וועט מען קענען צוטרעטן צום קומענדיגן חלק לויט דעם געברויך. &nbsp; אויך דער אויסשטעל וועט זיין אנדערש: אנשטאט שטאקן מיט שלאף-צימערן, וועט עס האבן דירות. לויט די פלענער וועט יעדע שטאק האבן צוויי דירות, און אין יעדער דירה וועלן זיין דריי שלאף-צימערן, א קיך, א דיינינג רום און א בית הכסא מיט א שויער. אין יעדן שלאף-צימער וועט זיין פלאץ פאר צוויי בעטן &ndash; אדער סינגל בעטן אדער באנק-בעטן, לויטן פארלאנג. &nbsp; די געסט וועלן פראווען די סעודות אין זייער אייגענער דירה. די צענטראלע קיך וועט צושטעלן דאס עסן, אבער די חבורה אדער משפחה וועט זיך אליין סערווירן און אפרוימען, פונקט ווי אינדערהיים. לויטן פלאן האפט מען צו באנייען דעם ערשטן חלק פונעם נייעם בנין אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ח, מיט דער הילף פונעם אייבערשטן. &nbsp; עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז דא בויעט מען נישט בלויז א געביידע פון אייזן און ציגל; דא בויעט מען א רוחניות'דיגן בנין. א הייליגע פראיעקט וואס וועט געבן פאר נאך אידן די מעגליכקייט צו קומען צום הייליגן רבי'ן, צו קענען זיין אין אומאן אויף א רואיגן פלאץ און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען, לערנען, און זיך אויסבעטן א גוט יאר. &nbsp; אנשי שלומינו פארן נישט קיין אומאן פאר שוואוילטאג. יעדער ברענגט מיט זיינע אלע פעקלעך, דאגות, פרנסה, נחת, און די שוועריקייטן וואס ער קען אפילו נישט פארציילן פאר א צווייטן. מען קומט צום ציון, מען זאגט תיקון הכללי, מען רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענער שפראך, און מען בעט זיך אויס מען זאל קענען אנהייבן פון פריש און ווערן אן ערליכער איד. מען לאזט דארט איבער די פעקלעך, און מען פארט אהיים מיט א ריינע הארץ אנצוהייבן פון דאס ניי. &nbsp; בפרט ראש השנה, ווען דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל". דער רבי האט זייער געבעטן מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, זאגנדיג: "קיינער טאר נישט פעלן". ער האט צוגעזאגט גרויסע הבטחות פאר די וואס קומען, און זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר זיי. &nbsp; דערפאר איז יעדע פרישע דירה און יעדעס פרישע בעט נישט סתם א האטעל צימער; עס גרייט אן א פלאץ פאר נאך א איד וואס וועט קענען קומען, נאך א טאטע מיט א קינד, און נאך א משפחה וואס וועט קענען אויסנוצן די הייליגע טעג מיט הרחבת הדעת. &nbsp; מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואו מיר האלטן שוין, און מיר בעטן אויף ווייטער אז די ארבעט זאל גיין גרינג און שנעל. די עוסקים במלאכת הקודש זאלן האבן כח און הצלחה, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבי'ן און פאלגן זיינע זיסע עצות, כדי מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ב חשון תשפ"ז 📝
  • נייער ישוב, "לעיקפראנט עסטעיטס", ווערט געגרינדעט אין אוקיטשאובי, פלארידא.

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; אין א היסטארישע אנטוויקלונג עפענט זיך די טעג אין פלארידא א נייער היימישער ישוב מיט'ן נאמען "לעיקפראנט עסטעיטס", און ווי מען הערט האבן שוין די ערשטע צענדליגער משפחות אנגעהויבן אריינצוציען אהין. &nbsp; דער פראיעקט געפינט זיך אין גלעידס קאונטי, נעבן דער שטאט אוקיטשאובי, ממש ביים ברעג פונעם באקאנטן "אוקיטשאובי לעיק". עס האנדלט זיך דא פון א ריזיגן שטח פון בערך 550 אקער לאנד. לויט די פלענער וועט דער ישוב קענען אקאמאדירן ביז טויזנט הייזער, און די פלענער רעכענען שוין אריין אלע געברויכן פארן ציבור, ווי א בית המדרש, א מקוה, מוסדות פאר די קינדער און לאקאלע געשעפטן. &nbsp; אבער די נייעס איבער אוקיטשאובי איז בלויז איין טייל פון א פיל גרעסער בילד. אין די לעצטע יארן הערט מען כסדר פון נאך א פרישע געגנט, נאך א נייע דעוועלאפמענט, און נאך א פלאץ וואו היימישע משפחות זוכן זיך צו באזעצן. &nbsp; דאס אלעס פאסירט ווייל ברוך השם, מיר לעבן אויפ'ן דרך התורה מיט שיינע גרויסע משפחות און פילע קינדער בלי עין הרע; מען מאכט חתונה די קינדער, דער עולם וואקסט ווי אויף הייוון, און די עקזיסטירנדע ישובים קענען עס שוין מער נישט דערהייבן. &nbsp; און וויבאלד דער פארלאנג נאך הייזער וואקסט כסדר, ווערן די פרייזן פון די דירות אויך אלס העכער און העכער, ביז עס קומט צו א מצב אז זייער פילע אידן אין די גרויסע שטעט קענען מער נישט באצאלן די הויכע פרייזן. די פרייזן זענען פשוט פיל מער ווי זיי קענען זיך ערלויבן. &nbsp; דאס האט גורם געווען אז אין די לעצטיגע יארן האבן זיך געעפנט אסאך נייע ישובים, אנגעהויבן פון אונטן אין ניו דזשערסי ביז ארויף אין די קעטסקילס בערג. אין ניו דזשערסי וואקסן די היימישע געגנטער ארום לעיקוואוד מיט ריזיגע נומערן, ווי למשל דזשעקסאן און טאמס ריווער; דערנאך זענען דא די פילע נייע ישובים ארום ניו יארק סיטי, ווי לינדען, סטעטן איילענד און דזשערסי סיטי. פון דארט גייען מיר ווייטער צום האדסאן וועלי, וואו די ישובים ווי מאנסי און קרית יואל האבן זיך אויסגעשפרייט אויף ריזיגע שטחים ארום און ארום. דאס איז אויסער די נייע ישובים וואס זענען געגרינדעט געווארן אין די לעצטע יארן אין די קעטסקילס געגנט, ווי בלומינגבערג, מאנטיסעלא און קרית סקווירא. &nbsp; און איבער אלעם, דאס נייע שיינע שטעטל "קרית ברסלב", וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט מיט עטליכע יאר צוריק אין ליבערטי, וואו עס וואוינען שוין איבער צוויי הונדערט משפחות מאנשי שלומינו וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן און זענען זיך מתענג על ה'. מען לעבט דארט אינעם שויס פון די נאטור מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת, מען זעט נישט קיין קיין שום ראיות אסורות א גאנץ קיילעכיגן יאר, און בפרט אז מען קען דארט כסדר ארויסגיין אויף א שפאציר מיט'ן אויבערשטן און זיך דורכשמועסן מיט אים עטליכע מינוט יעדן טאג; מען לעבט דארט ממש ווי אין גן עדן אויף דער וועלט. &nbsp; אזוי אויך האבן זיך לעצטנס געעפנט פרישע ישובים אין ווייטערע סטעיטס, ווי למשל אינדיאנא און אריזאנע. יעצט איז געקומען די רייע אויף פלארידע, וואו עס האט זיך געגרינדעט א היימישער ישוב ממש פון דאס ניי: מען האט גענומען א ליידיגן שטח און אויפגעבויט הונדערטער דירות מיט אלע קהילה'דיגע געברויכן, ווי א בית המדרש, מקוה, חדר, ישיבה, סקול און געשעפטן. דער נייער ישוב האט זיך נארוואס געעפנט, און אין די לעצטע וואכן האבן זיך שוין אריינגעצויגן די ערשטע צענדליגער משפחות בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; הגם מ'קען נישט זאגן פאר א מענטש וואו ער זאל וואוינען, איז אבער זיכער נישט כדאי צו וואוינען אין די גרויסע שטעט. די שטאטישע איינוואוינער לויפן דאך אוועק יעדן זומער אין די בערג כדי זיך צו היטן פון די שווערע נסיונות פון שמירת עינים, און מ'איז זיך דארט מחי' פאר צוויי חדשים; אבער וואס טוט זיך מיט די איבעריגע חדשים פונעם יאר? &nbsp; א מענטש וועט פרעגן א שאלה: וואו זאל מען טאקע גיין? דאס דארף יעדער פאר זיך מאכן אן אמת'ן חשבון הנפש. אז מ'הייבט אן זוכן א נייע פלאץ זיך ארויסצוציען, איז דען די ערשטע זאך אויף וואס מ'דארף קוקן דער פרייז אדער דער וועטער? דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך כדי א ישוב זאל האבן הצלחה, זענען די מוסדות. א מענטש דארף זיך אליין פרעגן: וועל איך דארט האבן ערליכע חברים? וועט דארט זיין אן ערליכער רב, א דיין, א מורה דרך, און ערליכע מוסדות פאר מיינע קינדער? וועט מען דא קענען ווייטער ממשיך זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות על דרך ישראל סבא, לויט די הייליגע מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן? וואס וועט מיר העלפן א שיין הויז אדער א געשמאקער וועטער, אויב די קינדער וועלן חלילה נאר שטרעבן צו כבוד און געלט? &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז אלע ישובים זאלן מצליח זיין, און אידישע קינדער זאלן דארט האבן א געשמאק לעבן ברוחניות ובגשמיות און קענען אויפציען זייערע קינדער על דרך התורה והיראה, און מיר זאלן שוין זוכה זיין מיטצונעמען די אלע שטובער קיין ירושלים בקרוב אינאיינעם מיט משיח צדקינו. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ז 📝
  • די דריטע וועלט מלחמה

    שאלה: &nbsp; איך בין א בחור, יעצט בין הזמנים געפין איך זיך אינדערהיים און איך האב נישט קיין ישיבה. איך האב געעפנט א צייטונג און איך בין געווארן זייער דערשראקן; איך האב געליינט אז עס איז דא "אינסייד אינפארמעישאן" אז פוטין וויל אטאקירן די נאטא לענדער, אפילו אויב דאס וועט אנהייבן א דריטע וועלט מלחמה. איך טראכט א גאנצן טאג דערפון און איך האב זייער מורא. איז דאס אמת? איר שרייבט דאך די נייעס. &nbsp; חיים &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; טייערער חיים, גוט אז דו פרעגסט. עס שטערט מיר אז דו זיצט אינדערהיים און דו עסט זיך אויף פאר שרעק. &nbsp; אבער איידער איך ענטפער דיר, וויל איך דיר פרעגן א שאלה: ווייסטו אפשר פארוואס דער אייזל האט אזעלכע גרויסע אויערן? &nbsp; מען זאגט א ווערטל, אז ווען אדם הראשון האט געגעבן נעמען פאר אלע חיות און בהמות, איז אויך דער אייזל געקומען פרעגן: "וויאזוי הייס איך?" &nbsp; "אייזל!" האט אים אדם הראשון געזאגט. &nbsp; דער אייזל איז אוועקגעגאנגען, אבער נאך א קורצע וויילע איז ער צוריקגעקומען: "ווי הייס איך? איך האב פארגעסן." &nbsp; "אייזל!" &nbsp; ער גייט ווידער אוועק, און קומט נאכאמאל צוריק: "ווי אזוי הייס איך?" &nbsp; האט אים אדם הראשון אנגעכאפט ביי ביידע אויערן, זיי געצויגן און אים אריינגעשריגן אין אויער: "דו אייזל! הער שוין וואס מ'רעדט צו דיר!" &nbsp; דערפאר, גייט דאס ווערטל, איז ער געבליבן מיט אזעלכע גרויסע אויערן... &nbsp; פארוואס דערצייל איך די מעשה? ווייל א מענטש קען צומאל אויך זיין ווי דער אייזל. מען קען הערן נאכאמאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, אבער ווען מען עפנט די צייטונג, פארגעסט מען אלעס. פלוצלינג איז פוטין דער בעל הבית; דער שרייבער אין צייטונג ווייסט אלעס, ער פארשטייט אלעס. און דער אייבערשטער? פון אים האט מען אינגאנצן פארגעסן. &nbsp; פרעג איך דיר: דו ווילסט וויסן וואס עס טוט זיך אין פוטין'ס קאפ? דו ווילסט וויסן וואס עס גייט זיין? איך ווייס נישט וואס פוטין טראכט, און איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין. אבער אין דיין קאפ איז שוין יעצט דא א דריטע וועלט מלחמה! דו קענסט נישט עסן, דו קענסט נישט שלאפן, און דו קענסט נישט הנאה האבן פון בין הזמנים. מיט'ן ליינען די צייטונג דארפסטו שוין נישט ווארטן אז פוטין זאל עפעס אנווערטשאפטען. די צייטונג האט דיר שוין אריינגעברענגט די גאנצע וועלט מלחמה גלייך אין קאפ אריין. &nbsp; אז דו ווילסט פאלגן דעם צדיק'ס עצה, מאך צו די צייטונגען. הער אויף צו ליינען די אלע שטותים. נישט יעדע זאך וואס איז געדרוקט דארפסטו ליינען. נעם ענדערש א ספר אדער א קונטרס וואס רעדט פונעם אייבערשטן, פון אמונה און בטחון. ליין א מעשה פון א צדיק, לערן א בלאט גמרא, גיי ארויס אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; זאג אים יעצט: "אייבערשטער, איך האב מורא. איך פארגעס אז דו פירסט די וועלט. העלף מיר געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט. גיב מיר אמונה, כדי איך זאל קענען לעבן רואיג און פרייליך." &nbsp; אמונה מיינט נישט אז איך ווייס וואס עס וועט געשען מארגן; אמונה מיינט אז אויך מארגן וועט דער אייבערשטער זיין דער בעל הבית. איך דארף נישט וויסן קיין עתידות כדי צו קענען לעבן היינט. &nbsp; טייערער חיים, זיי נישט קיין אייזל. הער וואס מען זאגט דיר: די וועלט האט א בעל הבית! ווען א מענטש הייבט אן צו לעבן מיט דעם, לעבט ער א חיים טובים. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כו תשרי תשפ"ז 📝
  • דער עליגעיטאר

    שאלה: &nbsp; א גוטן, דא רעדט משה טייטלבוים. יישר כח גרשון קרעמער. &nbsp; איך האב געלערנט איבער חיות, און איך האב געהערט אן אינטערעסאנטע זאך וועגן אן עליגעיטאר: זיין מויל איז גאר גאר שטארק; ווען ער מאכט עס צו און בייסט, איז עס מיט א געוואלדיגן כח. אבער מיט א בענדל אדער טעיפ קען מען אים האלטן דאס מויל פארמאכט און ער קען עס נישט עפענען. איז דאס ריכטיג? וויאזוי קען אזא קליין בענדל אפהאלטן אזא שטארקע חיה? &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; משה'לע, דו ביסט זייער גערעכט. האסט געפרעגט א זייער אינטערעסאנטע שאלה, און אויך פון אן עליגעיטאר קענען מיר זיך לערנען עפעס גאר נוצליך. &nbsp; דער אייבערשטער האט באשאפן דעם עליגעיטאר מיט גאר שטארקע מוסקלען צו פארמאכן דאס מויל. "מוסקלען" זענען די טיילן אינעם גוף וואס געבן אונז כח זיך צו רירן. מיט די מוסקלען מאכט דער עליגעיטאר צו זיין מויל און בייסט מיט א געוואלדיגן כח. &nbsp; אבער איין מוסקל קען נישט טון צוויי זאכן, און צו עפענען דאס מויל האט ער אנדערע מוסקלען וואס זענען פיל שוואכער. דערפאר קען ער גאר שטארק פארמאכן דאס מויל, אבער דאס עפענען גייט שוין שווער. דעריבער קען אפילו א שוואכע בענדל האלטן פארמאכט דאס מויל פון דעם שרעקעדיגן עליגעיטאר. &nbsp; יעצט לאמיר זיך אביסל באטראכטן: אפשר זענען מיר אויך אביסל ווי דער עליגעיטאר? גאר אסאך מענטשן קענען זייער גרינג פארמאכן דאס מויל הערמעטיש, אבער זיי קענען עס נישט עפענען... &nbsp; ווען עס קומט צו רעדן מיט א חבר, קענען דורכגיין עטליכע שעה מיט רעדן שטותים און נארישקייט אן דעם וואס מיר זאלן כאפן ווי די צייט איז געפלויגן. אבער ווען מען וויל רעדן צום אייבערשטן, שפירט מען פלוצלינג ווי דאס מויל ווערט פארקלעפט און פארקנאקט. און כאטש מען ווייסט אז רעדן צום אויבערשטן איז דער שליסל צו יעדע זאך, גייט עס אבער נישט. &nbsp; די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאגט, אז דער קעניג נבוכדנצר האט אנגעהויבן זאגן שירה, ער האט געוואלט לויבן דעם אייבערשטן. חז"ל זאגן אז זיינע ווערטער וואלטן געקענט זיין שענער און בעסער ווי די שירות ותשבחות פון דוד המלך. איז געקומען א מלאך און אים געגעבן א פאטש אויפן מויל. פרעגט זיך א קשיא: פארוואס זאל מען אים געבן א פאטש? אויב ער קען זאגן שירה, זאל ער זאגן! נאר - זאגן צדיקים - אז דוד המלך איז אריבער גאר אסאך שוועריקייטן, יסורים און צרות, און טראץ דעם האט ער נישט אויפגעהערט צו זאגן שירה. &nbsp; נבוכדנצר טייערע, ווילסט זאגן שירה? קענסט זאגן "שענער ווי דוד המלך"? הארצן גערן, אבער בשעת ער איז א מושל בכיפה, אלעס גייט אים גוט, איז עס נישט קיין קונץ, לאמיר דיר געבן איין שנעלקעלע, אז עפעס זאל נישט גיין פונקטליך ווי דו ווילסט &ndash; און נבוכדנצר בלייבט שטום; ער קען זיך שוין נישט עפענען דאס מויל. &nbsp; אויב דו שפירסט זיך אינעם משל, דאס מויל איז דיר פארשלאסן און עס גייט נישט, דארפסטו זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו קענסט מאכן א תפילה טאקע פון דעם; זאג אט דאס פארן באשעפער (קענסט עס זאגן יעצט בשעת דו ליינסט דעם ארטיקל): "באשעפער, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, פארוואס מיט יעדעם קען איך רעדן שעות אויף שעות, אבער ווען איך וויל רעדן צו דיר גייט עס מיר נישט. איך שפיר ווי עס ליגט א שווערע שלאס אויף מיין מויל! באשעפער, העלף מיר, עפן מיר מיין מויל, איך וויל רעדן צו דיר." און מיט דעם אליין רעדסטו שוין יעצט צום אויבערשטן. &nbsp; משה'לע טייערער, לאמיר נישט זיין קיין עליגעיטאר, לאמיר עפענען דאס מויל און רעדן צום אייבערשטן. לאמיר נישט לאזן א קליין בענדל אונז אפהאלטן. ווארף א ווארט, א בקשה, אדער נאך א יישר כוח צום אויבערשטן. דער אייבערשטער הערט אונז. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ז 📝
  • היידזשעק פרואוו אויף פליגער קיין מדינת ישראל דורכגעפאלן

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; פארגאנגענע וואך מיטוואך, חול המועד סוכות, האט פאסירט א שרעקליכער אינצידענט אויף א פליגער פון "פליי-דובאי" וואס איז געפארן פון דובאי קיין ארץ ישראל. אויפן פליגער האבן זיך געפונען ארום 174 פאסאזשירן, וואס רוב רובם פון זיי זענען בירגער פון מדינת ישראל. &nbsp; נאכן פליען פאר עטליכע שעה האט דער עראפלאן זיך פלוצלינג גענומען פאלן, און איז אראפגעפלאגן ארום פערצן טויזנט פוס אין ווייניגער ווי דרייסיג סעקונדעס. באלד דערנאך האט דער פליגער אויסגעשיקט אן עמוירדזשענסי "היידזשעק" סיגנאל. &nbsp; לויט באריכטן האט דער צווייטער פילאט אטאקירט דעם קאפיטאן און פרובירט אים אומצוברענגען, מיט'ן פלאן דערנאך צו קראכן דעם פליגער און אומברענגען רח"ל אלע פאסאזשירן. דער אויבערשטער האט אבער געהאלפן אז דער קאפיטאן האט זיך נישט געלאזט, און אינמיטן זיך ראנגלען פאר זיין לעבן האט ער באוויזן צו עפענען די טיר פונעם קאקפיט. די פאסאזשירן האבן באוויזן אוועקצושלעפן און אומשעדליך מאכן דעם היידזשעקער. צוויי אנדערע פילאטן, וואס האבן זיך דאן בהשגחה פרטית געפונען אויפן פליגער צווישן די רייזענדע, האבן איבערגענומען די לייצעס פונעם פליגער וואס האט צום סוף געלאנדעט בשלום אין טאבוק, סאודי אראביע. דער קאפיטאן געפינט זיך יעצט אין שפיטאל. &nbsp; מדינת ישראל בארימט זיך אלעמאל מיט זייערע גרויסע זיכערהייט מאסנאמען וואס קיינער קען נישט איבערקומען; זיי האבן טרענירטע אגענטן וואס פרעגן אויס די פאסאזשירן ביים אנקומען אין לופטפעלד מיט אומשולדיג-אויסזעענדע פראגעס, אבער &ndash; לויט ווי די לעגענדע גייט &ndash; קענען זיי דערשמעקן א טעראריסט פון א מייל ווייט... &nbsp; יעצט האבן מיר געזען ווי שטארק מען קען זיך פארלאזן אויף זיי. פון זייער זייט וואלט א טעראריסט נישט נאר געקענט ארויפקומען אויפן פליגער, נאר האט אפילו געקענט זיין א פילאט... &nbsp; אבער דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אידישע קינדער און געמאכט ניסי נסים, אז דער פילאט האט געקענט עפענען די טיר אין די לעצטע מינוט. און "פונקט" (פונקט מיינט אויף אידיש "בהשגחה פרטית") האבן זיך געפונען ערפארענע פילאטן אויפן פליגער וואס האבן געקענט איבערנעמען די קאנטראל. &nbsp; לאמיר ווייטער בעטן דעם אויבערשטן ער זאל האלטן זיין רעכטע האנט איבער אונז, און עס זאל מקוים ווערן "והסר שטן מלפנינו ומאחרינו" ברוחניות ובגשמיות, אמן. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ז 📝
  • הערליכער יארצייט פונעם רבין געפראוועט אין שטעטל

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; פארגאנגענעם ב' דחול המועד סוכות, י"ח תשרי, איז געווען דער יארצייט פון אבינו רועינו, דער צדיק יסוד עולם רבינו הקדוש מברסלב זי"ע. אנשי שלומינו האבן זיך פארזאמלט אין שטעטל אין ליבערטי, אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, אפצורעכטן דעם יארצייט. &nbsp; א גרויסער עולם איז געקומען פון נאנט און ווייט; מען איז זיך צוזאמענגעקומען אין דער גרויסער סוכה נעבן בית המדרש, וואו מען האט זיך געוואשן צו א סעודת הילולא, כדי איבערצו'חזר'ן און זיך אויפצופרישן מיט זיינע הייליגע עצות און לימודים. &nbsp; ביי דער סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א הערליכן שמועס. ער האט בתוך הדברים דערציילט די מעשה וויאזוי דער רבי איז געווארן דער רבי. דער רבי האט געזאגט אז נישט ווייל ער איז אן אייניקל פונעם בעל שם טוב און פונעם הייליגן רבי נחמן הארידענקער איז ער צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען; אפילו אויב ער וואלט געווען א זון פון א וואסער-טרעגער, וואלט ער אויך צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות. &nbsp; דער רבי האט אונז אויסגעזאגט דעם סוד וויאזוי ער איז אויסגעוואקסן אזוי גרויס. דער רבי איז אויפגעצויגן געווארן אין דעם שטוב וואו דער בעל שם טוב האט פריער געוואוינט אין מעזיבוזש. די גרויסע תלמידים פלעגן כסדר קומען קיין מעזיבוזש צום ציון, און זיי פלעגן זיך דארט אפשטעלן זיך אפריען און דערכאפן דאס הארץ ביי זיי אין שטוב. אלס קליין קינד איז ער געזעסן אונטערן טיש און געהערט ווי די גרויסע צדיקים דערציילן מעשיות פונעם הייליגן בעל שם טוב. איינמאל האט ער געהערט ווי זיי דערציילן וויאזוי דער בעל שם טוב איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות: ווען דער בעל שם טוב איז געווען א קליין קינד פון בלויז פינף יאר אלט, האט זיין טאטע - וואס איז שוין דאן אלט געווען הונדערט יאר - געפילט אז ער גייט שוין אוועק פון דער וועלט. ער האט צוגערופן זיין קליין קינד צו זיך און אים געזאגט: "ישראליקל, איך דארף שוין אוועקגיין פון דער וועלט, אבער האב נישט קיין מורא, דו בלייבסט נישט אליין. געדענק, דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט דיר, און אלעס וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אויבערשטן." אזוי ארום איז דער בעל שם טוב אויפגעוואקסן. &nbsp; איין טאג איז ער ארויס שפאצירן אין וואלד און גערעדט צום אויבערשטן. פלוצליג באגעגנט ער אן אלטן איד מיט א לאנגער ווייסער בארד, וואס האט אויסגעזען ווי א הייליגער מענטש, און ער האט אים פארגעהאלטן: "אינגעלע, וואס טוסטו דא אליין אין וואלד!?" האט אים דער קליינער ישראליקל געענטפערט: "איך בין נישט אליין, איך בין מיטן אויבערשטן, איך רעד צו אים." זאגט דער איד: "וואס, דו רעדסט צום אויבערשטן? מיינסטו אז ער איז נאך דא? ער איז דאך ווייט אין הימל!" &nbsp; ווען דער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער גענומען א שטעקן און אים געשלאגן און געשלאגן, ביז עס איז גארנישט געווארן פון אים; ער האט געזען אז דאס איז געווען דער סמ"ך מ"ם וואס האט אים געוואלט אוועקשלעפן פון זיין אמונה. &nbsp; די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט אלס קליין קינד, און דאס האט אים באגלייט זיין גאנץ לעבן. דעם לימוד האט ער געלערנט מיט זיינע תלמידים זיין גאנץ לעבן, אז עס איז דא נאר איין עצה פאר יעדע פראבלעם: בעטן דעם אויבערשטן, דאנקען דעם אויבערשטן און איבערבעטן דעם אויבערשטן. &nbsp; און דאס &ndash; האט דער רבי געזאגט &ndash; איז די סיבה פארוואס עס איז דא אזא התנגדות אין דער וועלט אויף ברסלב. חז"ל זאגן אונז שוין אויפן פסוק "כרום זלות לבני אדם" (תהלים י"ב, ט'): "אלו דברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן" (ברכות ו ע"ב), און רש"י מסביר דארט: "כגון תפלה". תפילה איז איינע פון די זאכן וואס שטייען אין די העכסטע ספערן פון דער וועלט, אבער מענטשן זענען מזלזל דערין; דעריבער פארשטייען מאנכע נישט די חשיבות פון ברסלב. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געענדיגט אז מען זאל זיך מחזק זיין מיט'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, און בעטן דעם אויבערשטן מען זאל קענען מקיים זיין אלעס וואס עס שטייט דערין, ווייל אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; נאכ'ן בענטשן זענען אלע אריבערגעגאנגען אין בית המדרש, וואו מען האט געטאנצט א לאנגע צייט לכבוד שמחת בית השואבה. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ז 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 1894 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 126 127
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com