מכתב יומי
כח חשון תשפ"ז
November 08 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן - וועט דיר אלעס ווערן גרינגער, דו וועסט האבן כח, דו וועסט קענען אנגיין אין לעבן, דער סוד פון קענען דערהייבן און נישט צאמברעכן - איז 'אמונה'.
איינער האט געפרעגט מוהרא"ש, ווי אזוי קען זיין אז ביי די ערליכע אידן האט מען גרויסע משפחות, ווי אזוי קענען די פרויען, די מאמעס - דאס דערהייבן? יענער זאגט, איך האב פיר קינדער און איך גיי אראפ פון זינען; מוהרא"ש ענטפערט אין א בריוו (ג' תרומה, ב' אדר תשע"ג): "דו ווילסט וויסן די סוד פון די ערליכע פרויען וואס האבן גרויסע משפחות, ווי נעמען זיי די כוחות? דער סוד איז, זייער שטארקע אמונה"; ווייל א שטארקע אמונה געבט כח און מח, מען קען אסאך פארנעמען און אסאך דערהייבן, ווייל מען גלייבט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, און מען דאנקט שטענדיג דעם אייבערשטן, און דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קנה): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה זוֹכִין לַאֲרִיכַת אַפַּיִם", דורך אמונה באקומט מען אריכת אפים, מען קען דערהייבן און פארנעמען.
מארגן איז ערב ראש חודש, מען זאגט יום כיפור קטן; אונזער מנהג איז אז מען זאגט א גאנץ יאר, יעדע ערב ראש חודש - יום כיפור קטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.