שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארלוירן מיין פרנסה, ווייל איך בין געפארן קיין אומאן.
אומאן, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט דער הייליגער באשעפער אז איך האב זוכה געווען צו זיין דעם ראש השנה אין אומאן, און אויסגעבעטן א גוט יאר.


איך בין א כתה ב' מלמד שוין פאר זעכצן יאר, כולם שוים לטובה. ברוך ה' אז איך האב זייער שיין מצליח געווען מיט מיינע תלמידים, דער מוסד וואו איך בין איינגעשטעלט, די עלטערן, און די קינדער, זענען אלע געווען מורא'דיג צופרידן פון מיין ארבעט.


יעצט איז אנקומען ביי אונז אין מוסד פרישע הנהלה, און פאר זיי געפעלט נישט אז איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה, און דעריבער האבן זיי מיר יעצט געמאלדן אז אזוי ווי איך בין געפארן קיין אומאן, זאגן זיי מיר אפ פון די מלומדות, און זיי זאגן אז זיי טוען דאס אויפ'ן באפעל פונעם רבי'ן פון אונזערע מוסדות.


דאס טוט מיר זייער שטארק וויי, איך ווייס אז די הנהלה איז אלעמאל געווען זייער צופרידן פון מיין ארבעט, און די איינציגסטע עבירה וואס זיי האבן געטראפן ביי מיר איז נאר דאס אז איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה. איך האב קיינמאל נישט גערעדט צו די קינדער אין קלאס וועגן אומאן, איך פאר נאר אויף אומאן צו קענען זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה. וואס קען איך טון אין אזא צייט?


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי די מוסדות ... האבן מיר געבעטן צו קומען זיין א מלמד ביי זיי, אויב זאל איך אננעמען דעם פארשלאג.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ה' פרשת וזאת הברכה-א, ח' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד האברך היקר יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען נישט קומען צו מיר פון דעם וואס דו שרייבסט מיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין פרנסה בלויז פאר דעם איינציגן חטא אז דו ביסט געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה צום הייליגן רבינ'ס קיבוץ; איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר, איך שפיר דיין צער, און עס טוט מיר זייער וויי.


איך קען דיר פארשטיין ווייל איך בין דאס אריבער פאר צען יאר צוריק, מיר האט מען אויך מקפח געווען מיין פרנסה פאר צען יאר צוריק, ווען איך בין צוריק געקומען פון אומאן, ערב יום כיפור תשס"ט, און מיין גאנצע חטא איז געווען אז איך האב גענומען בחורים וואס האבן נישט געלערנט און נישט געדאווענט און איך האב זיי מקרב געווען צום אייבערשטן, איך האב אין זיי אריין געלייגט אמונה פשוטה און זיי געוויזן אז זיי זענען אויך חשוב ביים אייבערשטן וכו' וכו', איך האב זיי געוויזן אז אפילו זיי זענען נישט קיין מצוינים אדער חריפים קענען זיי אויך לערנען וכו'.


אבער ביי דיר איז עס נאך ערגער, ווייל דו ביסט א כתה ב' מלמד, שוין פאר זעכצן יאר כן-ירבו, אסאך פון דיינע תלמידים האבן שוין חתונה געהאט און קיין איינער פון זיי פארט נישט קיין אומאן, אז מען זאל זיך קענען אנכאפן אויף דיר אז דו פארכאפסט קינדער וכו', שמך הטוב הולך לפניך, יעדער טאטע און מאמע האפן אז זייער קינד וועט אנקומען צו דיר אין דיין כתה, און יעצט איז געקומען א נייער מנהל א באנדיט, וואס ווייסט נאך נישט ווי אזוי דער וועלט פירט זיך (אבות ב, ו): "על דאטפת, אטפוך, וסוף מטיפיך יטופון", און ער האט דיר ארויס געווארפן פון דיין מלמדות, אויך האט מיר גערופן האברך היקר ... נרו יאיר אז מען האט אים אויך ארויס געווארפן פון זיין מלמדות, איר זענט געבליבן אן א פרנסה, דאס טוט מיר זייער וויי און איך האב נישט קיין מנוחה.


אבער איך וויל דיר אביסל מחזק זיין אז דו זאלסט זיך נישט פארלירן, וויסן זאלסטו אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, און קיינער קען דיר נישט צונעמען וואס עס איז אנגעשריבן פאר דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, ומשלך נתנו לך, אין אדם נוגע במוכן לחבירו, ואין מלכות נוגעת בחברתה אפילו כמלא נימא", קיינער קען נישט צו נעמען פון א צווייטן אפילו א פרוטה, יעדע זאך קומט פונעם אייבערשטן, בפרט פרנסה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "אמר ר' יוחנן: ג' מפתחות בידו של הקדוש ברוך הוא", ר' יוחנן זאגט דריי שליסלען איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, "מפתח של גשמים, מפתח של חיה, ומפתח של תחיית המתים", די שליסל פון רעגן, קינדער און תחיית המתים, "במערבא אמרי, אף מפתח של פרנסה", אין ארץ ישראל זאגט מען: אויך די שליסל פון פרנסה. זעט מען אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן. נאך זאגן חז"ל (מכילתא, בשלח): "מי שברא יום - ברא פרנסתו", דער אייבערשטער וואס האט באשאפן דעם טאג, האט אנגעגרייט פרנסה פאר דעם טאג.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט נישט ווערן יעצט בעצבות, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן פט): "העצבות מפסיד הפרנסה", עצבות נעמט אוועק די פרנסה, לייג דיר אריין אין אמונה, גלייב אינעם אייבערשטער, און זינג דיר א גאנצע טאג "קיינער קען מיר נישט גוטס טון, און קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, אלעס איז פונעם אייבערשטן", אזוי וועסטו זוכה זיין צו פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן פג): "אמונה הוא טוב לפרנסה", אז מען האט אמונה וועט מען זוכה זיין צו פרנסה.


שטארק דיך און שטארק דיין ווייב תחי'; געדענק, ווי דערשראקן דו ביסט יעצט אז דו האסט נישט קיין פרנסה, נאך אסאך מער איז דיין ווייב דערשראקן און צעבראכן, אויך דיינע עלטערע מיידלעך זענען זייער פארשעמט צווישן זייערע חבר'טעס, זאלסטו זען זיי צו מחזק זיין, ווייז נישט ארויס קיין שום פחד און מורא ווען דו ביסט אין שטוב, אדרבה, גיי ארום מיט א פרייליכע פנים, און מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער וועסטו זוכה זיין צו פרנסה, אזוי ווי חז"ל זאגן (בבא מציעא נט.): "אוקירו לנשייכו כי היכי דתתעתרו", רבא זאגט: זייט מכבד אייערע ווייבער וועט איר רייך ווערן; און דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עיקר העשירות באה בזכות האשה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער וועסטו ארויס גיין פון דיין קטנות הדעת, און זוכה זיין צו פרנסה בריווח.


דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דער מנהל זאגט דיר אז דאס קומט פונעם אדמו"ר ... איך זאג דיר אז דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם אדמו"ר פון די מוסד, ער איז קלוגער פון דעם און ברייטער פון דעם. בכלל זאלסטו וויסן אז דאס פאסט פאר אנדערע חסידות, נישט פאר ... דאס קומט פון אפאר היץ קעפ וואס זיי ווייסן נישט אז נאך אביסל קומען פרישע יונגע היץ קעפ און מען וועט זיי ארויס שיקן, וכן עמא דבר - אזוי פירט זיך דער וועלט.


אויפן פליגער אויפן וועג אהיים פון אומאן זענען צו מיר צוגעקומען צוויי אינגעלייט, איינער א מלמד אין ... און איינער א מגיד שיעור אין ישיבה ... ביידע האבן מיר געזאגט אז זיי ווייסן נישט וואס צו טון ווען זיי קומען צוריק ווייל מען גייט זיי אפזאגן; זיי ביידע זענען גרויסע חסידים פון דעם רבי'ן פון דעם מוסד, זיי קומען פשוט אויף אומאן ווייל זיי דארפן א גרויסע ישועה, זיי האבן געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן ת"ו) אז ראש השנה קען ער יעדן העלפן; דער רבי האט געזאגט אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער זיין פאר אים אן אדוואקאט (לויער) אז דער מענטש זאל האבן א גוט געבענטשט יאר. האבן זיי זיך געמאכט א קלוגער חשבון, זייער לעבן איז זיי וויכטיגער פון אלסדינג,  זענען זיי געקומען אויף אומאן. זיי האבן מיר קלאר געזאגט אז דאס קומט נישט פונעם אדמו"ר דירעקט.


בעט דעם מנהל אז דו ווילסט זיך טרעפן מיט אים נאך פאר יום הקדוש, און זאג אים מיט דיין גאנצע שטארקייט, בזה הלשון: "איך בין דיר קיינמאל נישט מוחל פאר'ן מיר מקפח זיין מיין פרנסה, פאר'ן מיר פארשעמען"; פארצייל אים די מעשה וואס דו האסט געהאט פאר צען יאר צוריק ווען ... האט זיך געקרוינט אלץ ועד החינוך, און ער האט דיר ארויסגעווארפן וכו', ווי ער ליגט טויט קראנק. פארצייל אים די מעשה וואס דו האסט געהאט מיט ... ווען ער האט געמיינט אז ער גייט מסדר זיין די מוסד, ער גייט ארויסרוימען אלע ברסלב'ער מלמדים, ווי ער מוטשעט זיך מיט יעדן איינציגסטן קינד. ער וועט דיר זיכער צוריק זאגן: "אהה דו ביסט אין הימל, דו שעלטסט..." דו שרעק זיך נישט, דארפסט נישט ענטפערן, דיין ווייב זאל אנרופן דעם מחוצפ'ס ווייב און אויך שיינערהייט זאגן אז איך בין נישט מוחל פאר'ן אונז מקפח זיין אונזער פרנסה.


יעצט וויל איך דיר זאגן, דאנק דעם אייבערשטן אז מען האט דיר פארשיקט נאר פאר דעם איינציגן חטא אז דו האסט געפאלגט דעם רבי'ן און געקומען קיין אומאן אויף ראש השנה, און נישט פאר'ן דיר כאפן מיט מעשה תועבות רחמנא לצלן, און זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, מה פשעי ומה חטאתי, וואס האב איך געטון אז מען האט מיר פארשעמט און מיר מקפח געווען מיין פרנסה, נאר ווייל איך וויל זיין גוט, איך וועל זיין ערליך; איך האב געטראפן א רבי וואס לערנט מיר אויס ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, א רבי וואס געבט מיר עצות ווי אזוי זיך צו מחזק זיין אפילו ווען עס גייט נישט אזוי ווי איך וויל. הייליגער באשעפער, נעם אן מיינע בזיונות, זאל דאס זיין פאר מיינע עוונות, העלף מיר איך זאל ווייטער קענען מחנך זיין אידישע קינדער, און קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער".


בנוגע וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט גיין צו ...; אויב זיי ווילן דיר פאר א מלמד זאלסטו נישט גיין צו זיי, נאר לויפן. געדענק דעם כלל וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געגעבן: "דו דארפסט מיר נישט, דארף איך דיר טויזענט מאל מער נישט".


ווייז דעם בריוו פאר האברך ... נרו יאיר, ער דארף נאך מער חיזוק פון דיר וד"ל.


היות דו האסט יעצט א צעבראכענע הארץ, בעט איך דיר זיי מתפלל פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל, דער אייבערשטער האט זייער ליב תפילות וואס קומט ארויס פון א צעבראכענע הארץ.


איך האף דיר צו זען היינט נאכט ביים שיעור.