את חטאי אני מזכיר היום. היינט צופרי בין איך אויפגעשטאנען שפעטליך, זייענדיג גרייט אז איך וועל שוין סיי ווי כאפן פון מיין בעל הבית, איז לאמיך שוין אריינכאפן עפעס גוטס אינעם טאג, איך בין מחליט צו בלייבן אביסל לענגער אין בית המדרש, איך וועל לערנען מיינע שיעורים. איך קלייב מיר אויס מיינע טייערע אוצרות פון די פאליצעס, א משניות, א חומש, א תהילים, און גמרא, איך זעץ מיך צו א פיינע סעודה, פרקים משניות' קאפיטלעך תהילים. 
נעבן מיר זיצט איינער וואס ווי עס זעט אויס האט ער שוין אלעס פראבירט. דאס גוט מזל זיינער האט אים פאריאגט פון יעדע סארט ארבעט, ער האט שוין - העכסט ווארשיינליך - באקומען אלע נויטיגע דאקומענטן וואס טוען באשטעטיגן זיין קוואליפיקאציע צו פארברענגען זיין טאג אין בית המדרש, ווען צווישן איין קאווע אין צווייטן טוט ער אנווייזן א שיין שטיקל נועם מגדים פאר א יונג בחור'ל… זאגנדיג דערביי: "לערן דעם שטיקל וועסט הנאה האבן" אדער מיטטיילן א שיינער געדאנק וואס איז אים ממש יעצט בייגעפאלן - נאכן זען דעם געדאנק אין א חסידיש ספר.
דער בחור וואס איז געזעצן נעבן אונז ביידן איז געווען מזל'דיג אז ער איז אפגעקומען בלויז מיט א חידה.
"זאג נאר בחור'ל" - הער איך זיין פרעגנדיגע שטומע - "האסט דאך א גמרא קאפ, איך קען דיר פרעגן א חידה?" נישט האבנדיג עפעס בעסער וואס צו טון, כאפט זיך דער בחור צו מיט נייגער: "נו אדרבה לאמיר הערן". "איז לאמיך דיר פרעגן, דו האטס דא א פיינעם שטיקל ברויט, דו שמירסט עס אן מיט פיטער, יא? איז ווי אזוי לערנט מען דאס אפ, צו זאגן מיר אז די פוטער איז אויפן ברויט, אדער גאר דער ברויט איז אונטער'ן פוטער…?"
איך הער די שמועס זיך ציען ווייטער, דער בחור מיט א גמרא ניגון ענפערט אים "למאי נפקא מינה?"
דער איד קראצט זיך די קאפ, די פראגע האט אים געשטעלט אין א ספא"ט, למאי נפקא מינה אעע אהה, ער קלערט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פונעם געשאפענער פראבלעם.
איך האב הנאה געהאט צו זען אז דער בחור איז אים געקומען צו הילף: "איך וועל אייך זאגן למאי נפקא מינה" זאגט דער בחור צום פענסיאנירטער איד.
איך - זיצענדיג אזוי אין זייט - ווארט מיט נייגער צו הערן דעם בחור'ס ישיבה'שער ענטפער… "נפקא מינה" - דרייט ער מיטן דיקן פינגער - "לביטולא זמנה…" און שפינט ווייטער דעם תירוץ מיטן גמרא ניגון, "אז א בחור האלט נישט ביים לערנען, און די טאג איז אים לאנגווייליג, וועט אים די שאלה מאכן א נפקא מינה ווי אזוי ער קען פארטרייבן אביסל צייט נאך עפעס מיט וואס צו צוקוועטשן דעם גמרא…"
דער איד גיבט זיך א צולאך, זעט אויס אז ער איז אויך צוקוועטשט געווארן אין ישיבה פון די פולע קוועטשערייען אין די גמרא, "יא" שטומט ער צו, "גוט געזאגט נפקא מינה לביטלא זמנה". 
ברוך השם אז איך האב זוכה געווען אביסל אריינכאפן מיינע שיעורים, א בלאט גמרא, אביסל משניות אביסל תהילים, אבער דער שמועס האט ערוועקט אין מיין זכרון א שמועס וואס איך האב מיטגעהאלטן דעם פארגאנגענעם שבועות.
זעט אויס אז עפעס ענדליך איז עס צו די שאלה וואס דער איד האט געשטעלט דעם בחור, עס זענען דא צוויי וועגן ווי אזוי מען קען אנקוקן א זאך, יא, איך דערמאן מיך שוין וועלכער שמועס.
פרייטאג צונאכטס ערב שבועות האב איך געדאווענט צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש "אשר בנחל" אויף די דענמאן גאס, איך בין אויך געווען א חלק פון די געסט וואס זענען געקומען צום ברסלב'ער שטעטל אויף שבועות, להסתופף בצילו פונעם ראש ישיבה שליט"א, שפרייזנדיג אהיים פון בית המדרש מיט'ן ראש ישיבה צוזאמען מיט אנשי שלומינו, האב איך אויך צוגעלייגט מיינע צוויי אויערן, פראבירנדיג אויפצוכאפן כאטש עפעס פונעם שיינעם שמועס, אפשר וועט זיך אין מיר עפעס אנקלעבן פון די שיינע שיחות חולין של תלמידי חכמים.
עס שפאצירט די גאנצע גרופע אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה, איך הער פערל ווערטער, דער ראש ישיבה זאגט: "הושענא רבה נאכ'ן דערהויבענעם דאווענען שטייען צוויי מענטשן און פארקוקן זיך אויף די פריש אויסגעקלאפטע הושענות וואס ליגן העכער'ן ארון הקודש, איינער קוקט אויף דעם צובראכענעם הושענא מיט התפעלות, "או ווא, ער איז טאקע א אויסגעקלאפטע הושענא, אבער נאך אלעם ליגט ער אין א מקום קדוש, ער איז העכער'ן ארון הקודש".
דער צווייטער ווידעראום קוקט דערויף מיט אנדערע ברילן "זע נאר דעם צוקלאפטן הושענא נעבעך, ער ליגט אויפן ארון הקודש און גארנישט… ער איז געבליבן דער זעלבער אויסגעקלאפטע הושענא".
דער שמועס האט זיך געצויגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ל"ג בעומר איז אנגענומען געווארן א תפילה וואס ער איז שוין מתפלל דערויף א לאנגע צייט, דער ראש ישיבה בעט שוין א לענגערע צייט אז ער זאל זוכה זיין צו מאכן א פירוש אויף זוהר אין די אידישע שפראך, דער זוהר איז דאך אזא שיינע מוסר ספר, פול מיט התחזקות, דער הייליגער רבי זאגט: אפילו נאר די לשונות פונעם זוהר אליין וועקט אויף אין א מענטש א שטארקע בענקשאפט צום אייבערשטן. 
עס זענען דא טאקע אינעם זוהר אסאך קבלה שטיקלעך וואס איז שווער צו פארשטיין, אבער רוב זוהר איז ווי דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי ברענגט ארויס די רחמנות און ליבשאפט פועם אייבערשטן צו די אידן, און די ליבשאפט פון אידישע קינדער צום אייבערשטן.
 
דער זוהר איז פול מיט עצות, פול מיט חיזוק, אבער דא קומט אריין די חילוק צווישן צוויי מענטשן וואס לערנען עס, עס ווענדט זיך מיט וואספארא ברילן דו לערנסט עס, דער ראש ישיבה גיבט א דוגמא פון א שטיקל זוהר וואס מוהרא"ש זי"ע פלעגט כסדר חזר'ן מיט אונז, א מענטש וואס ליינט קריאת שמע פאר ער גייט שלאפן מעקט ער אפ אלע עבירות וואס ער האט געטון יענעם טאג, דאס זענען די טריקענע ווערטער פון הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, הערנדיג אזעלכע ווערטער, ווער וויל דען נישט אנהייבן ליינען קריאת שמע.
ווידער זענען דא מאנכע וואס ציטירן דעם זעלבן שטיקל זוהר, אבער זיי קוקן דערויף מיט אן אנדערן בליק אינגאנצן. ווי קען דאס זיין אז א איד זאגט אפ די ווערטער פון קריאת שמע איידער ער גייט שלאפן איז ער זוכה צו אזעלכע גרויסע זאכן? מען מוז אריינשמאגלען דארט א ווארט צוויי… "ווער עס ליינט קריאת שמע מיט "ריכטיגע כוונה" דער איז זוכה צו כפרת עוונות". דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, אמת'ע כוונה דאס דארף איך שוין זען צו איך האלט דערביי, עס ווענדט זיך שוין אין פארשידענע פאקטן.
עס איז געווען א שיינער שפאציר. עס איז געווען א געשמאקע וועטער און א געשמאקע שמועס, און ווי עס גייט א שמועס איין זאך דערמאנט דעם צווייטן, האבן מיר זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן פרשת בחוקותי. דער הייליגער בעל התניא זי"ע פלעגט זיין בעל קורא אין בית המדרש, מאכט זיך אמאל פרשת בחוקותי דער הייליגער בעל התניא איז אוועקגעפארן אויף שבת, ווען עס איז געקומען צו ליינען די תוכחה האט דער הייליגער צמח צדק זי"ע - אן אייניקל פונעם בעל התניא - אוועק'געחלש'ט, ער האט אלע יארן געהערט ליינען די תוכחה פונעם זיידן אבער ער האט קיינמאל נישט געהערט די אלע שרעקליכע זאכן וואס דער בעל קורא האט דא געליינט.
 א צדיק ליינט די תוכחה מיט אנדערע ברילן, מענטשן ציטערן פון די תוכחה, בעת די תוכחה איז דאך אזוי שיין, אזוי זיס, אזוי רחמנות'דיג, עס איז איין שטיק רחמנות פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער בעט זיך צו זיינע קינדער "א לעבן אן די תורה איז א טויטע לעבן, אן תורה און מצוות קענסטו אלעס האבן, אבער דיין גאנצע לעבן איז איין שטיק שטראף, בוקר יאמר מי יתן ערב, וערב יאמר מי יתן בוקר, א לעבן וואס איז אן דעם באשעפער אזא לעבן איז ערגער פונעם טויט". 
נישט אומזיסט האבן צדיקים געזען אין די תוכחה נאר ברכות, וואס קען זיין א שענערע ברכה פאר א מענטש וואס הייבט אן זיין לעבן און עמיצער רוימט אים אריין אין אויער דעם סוד: "זאלסט וויסן אויב דו ווילסט א גוט לעבן קוק נישט קיין שום זאך וואס דער גוי ווייזט, די וועסט האבן דער גהינום אויף דער וועלט".
יעדע מענטש וויל האבן א גוט לעבן, און א מענטש איז גרייט אויסצוהערן וואס עס מאכט דאס לעבן ווערן גוט, און וואס עס מאכט דאס לעבן ערגער פונעם טויט. צומאל דארף מען עס זאגן מיט א שטרענגן טאן, ווי א רחמנות'דיגע טאטע הייבט זיין קול אויף זיין קינד וואס פארשטייט נישט פארוואס ער טאר נישט שפילן מיט די בליטשקעדיגע פייער. פיל מאל פארשטייען מיר נישט די שעדליכקייט פון א לעבן אן דעם אייבערשטן, די תוכחה איז פשוט א טעכנישע זאך וואס פאסירט ווען מען שפילט זיך מיט פייער, און ווען א צדיק ווארנט אונז דערוועגן, שפירט זיך אין די ווערטער אזא זיסע געשמאקע רחמנות פונעם אייבערשטן.
"עיני ה' אל צדיקים" - טייטשט דער הייליגער רבי אין ליקוטי מוהר"ן - די ווערטער פון תהילים, א צדיק האט דעם אייבערשטן'ס אויגן, ער קוקט אויף יעדע זאך אזוי ווי דער אייבערשטער קוקט דערויף.
מען קען צעלייגן דעם געהויבענעם שבועות אויף קליין געלט, דער ראש ישיבה האט סערווירט אזעלכע פיינע געשמאקע מאלצייטן, שמאלץ איז גערינען פונעם שור הבר און לוויתן וואס מיר האבן געגעסן, אבער בלא כלום אי אפשר, איך האב געטראכט אז כאטש א לקח אין ברוינפן עפעס א לייכטער איבערבייס, געבן פארן עולם עפעס א טעימא קלה פונעם הערליכן יום טוב אין קרית ברסלב, עס זענען טאקע געווען פיינע געשמאקע שיעורים, דרשות, שטיקער בשר… שטיקער שכל האט מען דא געטיילט, אבער קודם א לחיים קען מען דאך מאכן.
לאמיר גיין אויספיצן די ברילן, לאמיר טוישן די שווארצע ברילן, (נישט די פרעים, די פרעים גיי ווי אזוי דו גייסט, נאר די גלאז לאמיר אויספיצן) טרעפן אין יעדע זאך די רחמנות פונעם אייבערשטן. 
און אז דו ביסט א אויסגעקלאפטע הושענא, כאפ דיך ארויף אויפן ארון הקודש, זאג א פרק משניות, א קאפיטל תהילים, עפן א גמרא.
איין מינוט פארגעס נישט צו עסן א פיינעם פרישטיג, זאל זיין פוטער אויפן ברויט אדער ברויט אונטערן פוטער, נישט משנה, דער עיקר א גוטן אפעטיט.