הדרן עלך… הדרן עלך… יא יא מיטן ניגון… הדרך עלך סדר בראשית, אבער דעתן עלך - אונזער מחשבה בלייבט מיט דיר - לא נתנשי מנך סדר בראשית… מיר קענען זיך נישט אפגעזעגנען פון דיר סדר בראשית… 
 
אוי ווי קענען מיר זיך געזעגענען פון דיר בראשית, ווען די הארץ גייט אויס פאר די זיסע סדרות, אוי  וועלן מיר בענקען נאך דיר, עס פארבלייבט אזא זיסע טעם אין מויל פון די לעכטיגע פסוקים, פון די פילע רש"י'ס, ווי ממש יעדע פסוק, יעדע רש"י איז נאך אן אדרעס צו טרעפן ווי דער אייבערשטער וואוינט.
 
בראשית
 
קוק אזא סדרה ווי פרשת בראשית, נאך דערצו אזא יאר ווי דאס יאר, וואס מיר האבן געהאט א פולער וואך צייט צו לערנען און אריבערגיין די הייליגע סדרה.
 
די וועלט, שטייט ווי א נייע ליידיגער הויז, עס איז פריש, צוביסלעך ווערט אריינגעלייגט נאך א פיטשעווקע, ס'קומענדיגע טאג נאך א פיטשעווקע, דער גרויסער גאט גרייט אן זיין שיין וועלטל אז אדם דער מענטש זאל קענען קלויז"ן אין צייט… ער זאל זיך קענען אריינציען צו א פערטיגע שיינע וועלט.
 
אוי בראשית דו לערנסט אונז "זיי נישט קיין כפוי טובה", דער אייבערשטער האב דיר געגעבן א ווייב, באשולדיג איר נישט, זיי איר מחשיב, האלט איר טייער, "דארפסט איר נישט אלעס פאלגן", אבער האלט איר פאר די חשוב'סטע זאך אין די וועלט.
 
אוי בראשית דו לערנסט מיר דאך "זיי נישט גערעכט" אנטשולדיג דיך, זאג נישט איך בין נישט שולדיג, זאג יא! אייבערשטער איך האב געמאכט א מיסטעיק.
 
אוי בראשית וואס לערנט אונז שטיי ווייט פונעם שלאנג, שטיי ווייט פון די וואס זאגן איך האלט פון אים… אבער… ס'איז נישט אזוי פשוט… געב אכטונג ער וועט דיר נאך צונעמען דיין לעבן.
 
אוי בראשית וואס לערנט אונז אז אלעס איז גרייט פאר אונז, דיין ישועה איז דא, עס ווארט נאר אויף אונז, אויף אונזער פאר ארימע ווערטער צום אייבערשטן, כדי די ישועה זאל אנקומען צו אונז.
 
אוי בראשית וואס לערנט אונז וואס עס איז געווארן פון מלאכים "עובדי השם" -  וואס קוקן שלעכטס אויף די מענטשן וואס מוטשענען זיך מיט נסיונות - זיי זאגן מען דארף אפמעקן דעם מענטש, קוק ווי זיי זענען נאכדעם פארפירט געווארן און פארפירט די וועלט אין די גרעסטע טומאות.
 
נח
 
און נח…
 
אוי נח אזא זיסע פרשה, נח לערנט אונז אז - כבר היה לעולמים - עס איז נישט קיין נייע ערשיינונג, אין יעדע צייט מאכט מען אוועק די צדיקים, יש מ'רבותינו' וואס זאגן אז ער איז געווען א צדיק, ויש (נישט מרבותינו) וואס זענען דורשין לגנאי.
 
אוי פרשת נח וואס לערנט אונז אז אין יעדע צרה איז אבער דא א פארזיכערטע פלאץ ווי מ'קען זיך באהאלטן, און אפילו עס טוט זיך א מבול אין קאפ, קען מען אריינגיין אינעם תיבה, מיט אפאר ווערטער צום אייבערשטן קען מען בארואיגן אפשטילן, מען קען זיך באהאלטן ביים אייבערשטן.
 
אוי פרשת נח וואס לערנט אונז ווי "זאגן מוסר דרשות" הונדערט… און… צוואנציג…. יאר ברענגט: "גארנישט!!", ווייל עס איז אן תפילה "אייבערשטער ראטעווע זיי" אייבערשטער ברענגט אריין אין זיי א רוח טהרה, און ס'איז מוסר, אן קיין חיזוק, "ביסט א שגץ" "דו גייסט שטארבן" אנשטאט צו זאגן "דער אייבעשטער האט דיך נאכאלס ליב" קיין איינער איז נישט געראטעוועט געווארן דורך מוסר.
 
לך לך
 
און מיינסט אז לך לך איז עפעס אונטערשטעליג.
 
אוי דער זיסער לך לך, גיי… ווי זאל איך גיין? דו גיי… דאס איז דאך וואס מיר אלע גייען אריבער יעדן טאג… גיי… ווי זאל איך גיין? וואס זאל איך גיין? ווער זאל איך גיין? אבער די לימוד דערפון איז אזוי קלאר, אויב מיר פרעגן דעם אייבערשטן ווי זאל איך גיין, באקומען מיר יעדן טאג די ענטפער'ס אל הארץ אשר אראך, איך וועל דיר ווייזן ווי אזוי צו האנדלען מיט שלום בית, איך וועל דיר ווייזן ווי אזוי צו האנדלען מיט קינדער, איך וועל דיר ווייזן ווי אזוי צו האנדלען מיט פרנסה, איך וועל דיר ווייזן ווי אזוי צו האנדלען מיט יעדע זאך אין דיין לעבן, נאר פרעג מיר.
 
אוי לך לך וואס לערנט אונז גיי ארויס פון דיין באקוועמע הויז, גיי זיך פארשמיצן און פארשמירן, בלייב נישט פארשפארט אין א תיבה און לאז די וועלט קראכן, ניין! גיי ארום אין די וועלט, מאך א איבערקערעניש, גיי פארשפרייט לופט, אקסעדזשין פאר אומגליקליכע מענטשן. יא! "עס איז דא א האפענונג" יא! עס איז דא א באשעפער וואס ווארט אויף דיר, וואס ליבט דיך.
 
אוי לך לך וואס לערנט אונז, ווי לוט וואס איז געגאנגען מיט אברהם, אפילו ער איז געווען ווער ער איז געווען, אבער ווילאנג ער האט זיך אנגעכאפט אינעם צדיק האט ער געהאט הצלחה, און איינמאל ער איז אוועק געגאנגען איז ער פארכאפט געווארן. מיט א צדיק האט מען הצלחה, און אן א צדיק איז זייער ביטער.
 
אוי לך לך לערנט אונז, וואס? איך טאר נישט קוקן אויף מיין ווייב? אויף וועם דען זאל איך קוקן? ניין! אודאי זאלסטו קוקן, און נאר אויף איר זאלסטו קוקן אבער קוק נישט… זע נישט קיין חסרונות אין איר.
 
וירא
 
אוי דער הייליגער וירא ווי וועלן מיר זיך קענען געזעגענען פון דיר.
 
שטייסט ביי די טיר אינדרויסן פון די קדושה, מען לאזט דיך נישט אריין, און עס איז נאך "כחום היום" עס ברענען אין דיר אלע שרעקליכע פייערן, בלייב! ווארט! גיי נישט אוועק והוא יושב פתח האהל כחם היום.
 
אוי וירא דו לערנסט אונז דאך, אברהם געט אוועק זיין שטוב, זיין לייב, זיין לעבן אלעס פאר הפצה, אפשר וועט איינער אריבער גיין, אפשר וועט ער קענען אריינברענגן אין א מענטש ער זאל טראכטן: "איין מינוט איך האב נאך האפענונג", איין מינוט עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט.
 
אוי וירא וואס לערנט אונז ווי אזוי צו רעדן צו א ווייב, זאגן ליגענט… למען האמת… כדי עס זאל בלייבן שלום צווישן די 'הונדערט יעריגע קאפל…'
 
אוי וירא וואס לערנט אונז, ווי מיר זאלן טענה'ן מיטן אייבערשטן פאר אידישע קינדער, אפשר דאך אייבערשטער! אפשר דאך! אפשר זענען זיי נישט שולדיג! אפשר קען מען זיי ראטעווען פון גזירות! ביז די לעצטע רגע טענה'ט זיך אברהם אולי יש און אולי יש און אפשר דאך… אזא וויכטיגע לימוד רעדן גוט'ס אויף אידישע קינדער אפילו זיי זעען אויס אזוי געפערליך.
 
אוי וירא די לימודים פון די הייליגע עקידה.
 
אוי וירא די לימוד וואס מיר לערנען פון דיר, דער אייבערשטער זאגט גיי ארויף… ניין גיי אראפ… שעכט יא… שעכט נישט… זיך נישט פארלירן יעדע רגע האלטן קאפ וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר מסירת נפש? אדער זיין א פשוטע איד און טון וואס דער אייבערשטער וויל יעצט.



חיי שרה
 
אוי די לעכטיגע פסוקים פון פרשת חיי שרה.
 
פרשת חיי וואס לערנט אונז די וויכטיגע עצה אין לעבן, עס איז לעת הערב, עס איז פינסטער, ביינאכט בעת צאת השואבות, מ'איז שוין אינגאנצן אויסגעשעפט! וואס איז די עצה יעצט? ויברך את הגמלים מחוץ לעיר, נעם דיין קאר פאר ארויס פון שטאט אין גיס דיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן וועט זיין א שידוך, וועט זיין אלעס.
 
אוי פרשת חיי שרה וואס געט אונז א וועג ווי אזוי צו קוקן ווען מען זוכט א שידוך, קוק אויף די מידות פון די מיידל, דאס איז וואס עס בלייבט, די אלע אנדערע זאכן געבן גארנישט צו אין לעבן.
 
אוי חיי שרה וואס לערנט אונז ווי אזוי צו בעטן בפרטי פרטיות אויף א זאך וואס מען ווייסט גארנישט אלעס אויסשמועסן, מיט א שלשלת… בעטן און בעטן נאכאמאל און בעטן… נאכאמאל.
 
אוי חיי שרה דו לערנט אונז אז ווען עס איז גאר ביטער, עס איז דא ווי צו גיין, ויצא יצחק לשיח בשדה, ער האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ, און אט קומט די ישועה.
 
אוי די לעכטיגע פרשת חיי שרה, דו לערנסט אונז דאך, אז די לעכטיגקייט פונעם שבת, די התעוררות און פרייליכקייט מוז נישט אוועקגיין, אויב האט מען א צדיק בלייבט א גאנצע וואך די שטוב די זעלבע פרייליך ווי שבת, און… א גאנצע וואך קענסטו לייגן די הענט אויפן פנים און בעטן וואס דו דארפסט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי בשעת הפרשת חלה און הדלקת הנרות.
 
תולדות
 
און תולדות, אוי תולדות לערנט אונז ווי מיר זאלן זיך נישט מתווכח זיין מיט קיין לצים, אין יעדע דור זענען די לצים "גערעכטע לצים", איך רעד פאקטן… קוק אהער… אדרבה זיי דו מיר עס מסביר… אבער די תורה פארענטפערט זיך נישט פאר לצים, נאר לאזט אונז איבער א לימוד אז מיר זאלן וויסן אז אלעמאל זענען געווען גערעכטע לצים, אבער דער צדיק בלייבט צדיק, מען זאל נישט נתפעל ווערן פון זיי.
 
אוי די הייליגע תולדות, וואס לערנט אונז אפילו דיינע הענט זענען עשיו'ס הענט, ביסט פארשמירט מיט עבירות ווי עשיו, אבער אז דיין קול איז יעקב, אז דו זאגסט אייבערשטער איך וויל זיין גוט ביסטו שוין א געבענטשער מענטש.
 
ויצא
 
די הייליגע סדרה פון ויצא, וואס לאזט אונז איבער א זיסן טעם אין מויל, ווילאנג דו ביסט מיטן צדיק האסטו א שיינקייט און אזוי ווי דו שיידסט זיך אפ פונעם צדיק, דער צדיק גייט ארויס פון דיר איז פנה זיוה פנה הודה פנה הדרה.
 
ויפגע במקום טראכט נישט איך האב שוין צו פיל געבעטן, איך וועל זיין צופרידן אויב… נאר זאלסט פעיגערן דעם אייבערשטן, אבער איך האב שוין געבעטן, יעקב נאכן באקומען אזויפיל הבטחות בעט נאך אלץ.
 
אוי וואס תפילה איז, לאה האט חתונה מיט עשיו… פוינט בלעק… נקודה… עס איז נישט דא פון וואס צו רעדן, אבער די תפילות פון לאה טוישן אלעס, עס געשעט א משוגענע זאך, דעם לבן גייט אריין א שגעון… און… זי האט חתונה מיט יעקב, זי ברענגט אים די מערסטע קינדער, זי ליגט באגראבן מיט אים.
 
אוי שוין יא א נס… פארוואס איז נישט געווארן צו די צוועלף שטיינער א פיינע קישן? ווייל פון מחלוקת ווערט נישט קיין ווארימע קישן…!
 
אוי לעכטיגער פרשת ויצא, הלואי זאל איך געדענקען ווי אזוי מען בעט דעם אייבערשטן, אזוי זאגט מען? אויב געסטו מיר נישט גיי איך נישט דאווענען? אויב ענפערסטו נישט מיין תפילה לייג איך נישט קיין תפילין? אויב דיין סגולה העלפט נישט הער איך אויף צו גלייבן? הבה לי בנים שרייט רחל, געב מיר קינדער, נו וואס איז יעקב אזוי גערעגט אויף איר, ואם אין מתה אנוכי, אויב נישט… מען מאכט נישט קיין תנאים מיטן אייבערשטן אדער מיט א צדיק.
 
און ויצא… די לעכטיגע עצה, ליגסט אויף דער ערד עפן די מויל פון דארט, דער באשעפער איז מיט דיר ער הערט אויס יעדע ווארט.
 
וישלח
 
וישלח געב נישט אלעס אוועק פאר עשיו אז ער האט דיר צוגענומען דיינע אויגן אז ער האט די צוגענומען דאס דאווענען אז ער האט דיר צוגענומען דאס לערנען געב אים נישט יעצט אלעס אוועק והיה המחנה הנשאר לפליטה לאז עפעס איבער וואס זאל דיר בלייבן געב נישט יעצט אויף אלעס.
 
ויצא דינה בת לאה, דיינע קינדער גייען טון אלעס וואס דו טוסט, אז דו וועסטיך באהאלטן פון דיינע קינדער מיט א פאון וועלן דיינע קינדער זיך באהאלטן פון זייערע קינדער מיט א פאון.
 
וישב 
 
איין פינק גייט אריין פון דיין בלאזער, איין ווארט צום אייבערשטן גייט ארויס פון דיין מויל רבוש"ע עכט וויל איך נישט וואס זאל איך טון דער יצר הרע האט מיך אנגעמיירעט מיט א גאנצע וואגן פון עבירות, ניצוץ אחד שורף את הכל, די איין ווארט צום אייבערשטן דאס פארברענט אלעס.
 
און די הייליגע לימוד יא! מען דארף רעדן צו קינדער, קינדער ווייסן נישט אליין, מדארף רעדן צו זיי נישט אנרירן די אות ברית קודש, די שבטים האבן א טענה צו יהודה… אזוי? דו ביסטו אונזער רבי? יעדער קוקט דיך ארויף און אז דו וואלסט געזאגט צוריקטראגן יוסף אהיים, וואלטן מיר געפאלגט, האט מען אים געמאכט אויס רבי! געענדיגט! פארוואס ביסטו דא? צו וואונטשן לחיים? צו זאגן השפעות טובות? פארוואס זאגסטו נישט? דער עולם האט א טענה! און א גערעכטע טענה! ווען מען וואלט ווען געזאגט וואס מען מעג יא טון און וואס נישט וואלטן מיר געפאלגט.
 
מקץ 
 
די הייליגע סדרה מקץ, ווי יוסף איז צום סוף ארויס פון זיין צרה. דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז, יעדע צרה האט א סוף, עס איז נישט דא אזא זאך אז א מענטש זאל אלעמאל בלייבן אין זיין צרה, עס וועט דיר בעסער ווערן, עס איז נישט קיין ספק, קץ שם לחושך. 
 
און די וויכטיגע לימוד, געב אכטונג פון יענעמ'ס געלט, דער רבי זאגט אז איינער וואס איז זיך מתיר גניבה, איז זיך מתיר די גאנצע תורה, די ברודער זעען אין זייער זאק פרעמדע געלטער, עס געהער נישט צו זיי, זיי ווערן באזארגט, חס ושלום צורירן צו יענעמ'ס געלט.
 
און וואס וועט זיין מיט פרנסה, קוק אריין… יוסף האט מער נישט געקענט אויסהאלטן פארנט פון די ברודער, ער איז געגאנגען אין צימער וויינען, זיך אפגעוואשן דאס פנים און געשטעלט ברויט צום טיש, א מורא'דיגע לימוד פאר אונז איך מוטשע זיך מיט פרנסה, איך קען שוין נישט אויסהאלטן, גיי אריין אין צימער וויין דיך אויס צום אייבערשטן, וועסטו גלייך זען דו וועסט קענען אהיימברענגען געלט.
 
און די סוד פון פרנסה, איז דאך גורס זיין פרקים משניות דער עם הארץ, ער ווייסט פון גארנישט ער האט שוין דאס זייניגע אפגענומען ווען ער הערט דעם בעל קורא זאגן וכסף… משנה… דורך משניות איז מען זוכה צו כסף, משנה איז דאך גימטריה פרנסה.
 
און אז איר האט שוין אלעס, אלעס שטימט אלעס קלאפט ווי א זייגער, מען האט אנגעגרייט פארן מצרישן משנה למלך אביסל פירות ארץ ישראל, און געמאכט אלע נויטיגע פלענער, יעקב זאגט יעצט פעלט נאר איין זאך… תפילה, קענסט מאכן פלענער פון דא ביז מארגן, אלעס שטימט אלעס איז מסודר אבער עס גייט נישט גיין, דו מוזט מאכן א קליינע תפילה באשעפער העלף אז אלעס זאל פארן כשורה, יעצט וועסטו האבן הצלחה.
 
ויגש
 
אוי די הייליגע סדרה פון ויגש, ווי וועלן מיר בענקן נאך דיר.
 
א איד גייט צום אייבערשטן מיט א טענה, בי אדוני דו ביסט דאך אין מיר, איך אליין קען נישט זינדיגן נאר מיט דיין כח, העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל האבן כח צו טון וואס איז גוט און נישט האבן קיין כח צו טון וואס עס איז נישט גוט.
 
קענסט דיך אוועקלייגן וויפיל געלט און תבואה דו ווילסט אויב איז נישט דא קיין קדושה אויב איז נישט דא קיין יוסף איז נישט דא קיין ברכה, אלעס ווערט פארפוילט, עס איז נישטא קיין ברכה, נאר אין עפעס וואס גייט צוזאמען מיט יסוד, מיט תשובה מיט יוסף נאר דארט איז דא א ברכה.



ויחי 
 
יוסף געדענקט זייער גוט זיין צרה, מ'האט מיך פארקויפט, מ'האט מיך אריינגעווארפן אין גרוב, ער מאכט א ברכה ווען ער גייט אריבער ברוך שעשה לי נס במקום הזה,  אבער ער באשולדיגט נישט קיינעם, ער ווייסט אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, אתם חשבתם עלי לרעה ואלקים חשבה לטובה.
 
וואס נאך איז אין ויחי, יוסף שטייט און ווארט יעקב זאל בענשטן די קינדער, אבער עס איז נישט דא קיין רוח הקודש, יוסף קען נישט יעצט גיין אין וואלד שרייען צום אייבערשטן, ער שטייט פארנט פון זיין טאטען, יוסף מורמלט אונטער צווישן די ציין א תפילה, באשעפער ברענג צוריק רוח הקודש צו מיין טאטן, און עס איז צוריקגעקומען רוח הקודש.
 
אוי די הייליגע לימוד, מיר וועלן זיך בענקען נאך דיר, יעקב איז אפען מיט זיין זון, פאר מיר בעט איך דו זאלסט פארן לאנגע וואכן כדי מיך צו באערדיגן אין ארץ ישראל און פאר מאמי'ן האט מען זיך נישט געגעבן א ריר, יוסף איז געווען אנגעווייטאגט, יעקב זאגט אים "ווייס איך אז דו ביסט ברוגז אויף מיר" זאלסטו וויסן אז איך האב עס געטון ווייל דער אייבערשטער האט עס געהייסן. אזא וויכטיגע לימוד צו געדענקען יעדע מינוט פון לעבן, ווען מיר האבן טענות, קשיות, תערומות אויפן צדיק, פארשטייסט… פאר זיך ווייסט ער שוין זייער גוט… ווייס איך אז דו ביסט ברוגז אויף מיר זאלסטו וויסן אז דאס ווערט געטון על פי הדיבור זיי נישט ברוגז, מיר פארשטייען נישט אלעס, בעסער געזאגט מיר פארשטייען גארנישט.
 
אוי וועלן מיר זיך טאקע בענקן נאך די עלעף לעכטיגע סדרות, אבער לא נתנשי מנך מיר וועלן נישט פארגעסן פון דיר, אפילו מיר גייען יעצט אריין אין שמות נעמען מיר מיט די לימודים פון בראשית אויף א גאנץ יאר, און יעצט וועלן מיר טרעפן דעם אייבערשטן אין סדר שמות.