קרעדיט: נפתלי הירצקא וואללנער
 
אינהאלטסרייכע שמועס מיטן רבינ'ס געטרייע משמש, דער איבערגעגעבענער מלמד תשב"ר, געשמאקער גבאי ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל, און טאלאנטפולער אינטערוויוער אויף קול ברסלב. הרב ר' יואל טייטלבוים שליט"א



א פרייליכן חודש אדר! ר' יואל וואס מאכט מען עפעס גוטס ? 
 
שכח אייבערשטער! דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, דו קענסט דיך נישט פארשטעלן! האסט נישט קיין אהנונג וויפיל ניסים און חסדים דער אייבערשטער טוט מיט מיר…
קודם פותחין בכבוד האכסניא, א גרויסער ישר כח ר' הירצקא פאר די אלע שיינע אינטערוויוס וואס דו שרייבסט, עס איז אזוי געשמאק און ציענד. ס'פילט זיך זייער קאמיש צו זיין אויף די אנדערע זייט מטבע, איך בין געווענליך דער וואס מאכט די אינטערוויו און יעצט דארף איך זיין דער וואס ענטפערט, ווייל וואס מ'טוט פאר יענעם קומט צוריק צו זיך אליין און נאך מיט פראצענט… [עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אויף 'קול ברסלב' איז שוין דא א אינטערוויו ווי איך ווער אויסגעפרעגט דורך מיין ידיד מו"ה מעכל ראזענפעלד הי"ו אויף 1-4-2-2 און דערנאך  18#].



פאר מען גייט אריין אינעם שמועס איבער דיינע פעילות און גוטע זאכן וואס דו טוסט, ווילן מיר קודם הערן אין געציילטע ווערטער, ווי אזוי זענט איר מקורב געווארן צו מוהרא"ש זי"ע?
 
דער אייבערשטער האט מיט מיר געטון א געוואלדיגע חסד אז איך האב זיך דערוויסט פון אזא גרויסע רבי, א רבי וואס מאכט מיך עפענען מיין מויל צום אייבערשטן, א רבי וואס מאכט מיך טראכטן פונעם אייבערשטן, און טראכטן פון תכלית. 
 
מיין סיפור התקרבות איז איינגעטיילט אין עטליכע פאזעס; ביי מיין בר מצוה האט מיר מיין זיידע הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ז"ל - וואס האט זייער מכבד געווען און טייערגעהאלטן די ספרים פון מוהרא"ש - מיר שטילערהייט געגעבן דרשה געשאנק דער ספר אשר בנחל חלק ו', און ער האט זייער שיין אריינגעשריבן אפאר ווערטער אינעם ספר. איך האב דעם ספר אדורכגעלערנט און זיך ממש באלעקט די פינגערס, איך האב מיר זייער צוגעקלעבט צו דעם. 
 
אגב איז אינטערסאנט צוצולייגן אז מיין זיידע האט געדרוקט דעם תיקון הכללי, און געגעבן פאר אלע אייניקלעך לעילו נשמת די באבע ע"ה, דאס ווערט נאך גענוצט ביזן היינטיגן טאג ביי אונז אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן. 
 
שפעטער אלס אינגער בחור האב איך געטראפן ביי א שמחה אין בית רחל זאל אין וויליאמסבורג [אדער ווי עס ווערט היינט גערופן פרדס יואל/פרדס משה] המפיץ הגדול מו"ה נתן יאקאבאוויטש שליט"א, וואס ער האט מיר דארט מזכה געווען מיט א קונטרס פון מוהרא"ש, וואס דאס האט מיר נאך מער אריינגעשלעפט אין היכל הקודש. אויך האב איך געטראפן אן איידעם פון ר' נתן דער מלמד מומחה מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א וואס איך האב געהאט מיט אים גוטע שיחות חברים.
 
אויב איך מעג פרעגן, איר זענט דאך עלטער פון דער ראש ישיבה, ווי אזוי איז אייך נישט געווען שווער צו נעמען א מורה דרך וואס איז יונגער פון אייך ?
 
קודם דאנק איך דעם אייבערשטן אז איך בין נישט צופיל עלטער, ווען יא ווייס איך נישט צו איך וואלט געקענט דורכמאכן די נסיון… איך האב אמאל געהערט א שטארקע נקודה פון מו"ה נתן יאקאבאוויטש שליט"א: "ווען איינער גייט אריין אין א פארמעסי [אפטייק] שטעלסטו נישט אפ דער פארמעסיסט [אפטייקער] אנטשולדיגט ווי אלט זענט איר? איר זענט עלטער צו אינגער פון מיר? קיינער פרעגט נישט אזוי, ווייל דער עיקר איז צו ער קען מיר דעליווערן עפעס וואס קען מיר היילן"! 
 
מוהרא"ש האט אראפגעברענגט א אור און געשריבן גאר אסאך ספרים און קונטרסים, כמספר האלף לך שלמ"ה, צו מוהרא"ש האבן זיך בעיקר צוגעכאפט תמימות'דיגע אידן ווי אחינו בני ישראל הספרדים, אבער דער ראש ישיבה'ס ספעשעלטי איז צו נעמען אלטגעזעסענע אונגארישע חכמים, א שטייגער ווי מיר, און מאכט מיר זיין נאנט צום אייבערשטן דורך די זיסע עצות.
 
צו פארשטיין די לימודים פונעם הייליגן רבי'ן מוז מען צוקומען צו די ליקוטי הלכות פון זיין תלמיד רבי נתן, און כדי צו פארשטיין די ליקוטי הלכות מוז מען צוקומען צו די הקדמות פון מוהרא"ש, און אזוי ווייטער ביזן היינטיגן טאג… מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אין שפיטאל - איידערן פארלאזן דעם עולם  - פאר זיין פריוואטער דאקטער וואס איז אלץ געשטאנען צו זיין רעכטע האנט מו"ה יצחק ראזענבערג ע"ה מיט דעם לשון: "דער ראש ישיבה איז אן אויסגעבעטן קינד".
 
דער אייבערשטער זאל ווייטער געבן כח פארן ראש ישיבה אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון אריינברענגען דעם אייבערשטן אין די גאנצע וועלט.



זייער גוט ארויסברענגט. יעצט וויל איך אריבערגיין צו די גבאות חלק, אזוי ווי מיר וויסן זענט איר גבאי אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל אויף די פרעמישלאן גאס בשכונת עצי תמרים, ווי אזוי און ווען האט זיך דער בית המדרש געגרינדעט?
 
דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל איז געווען אויף העיס קארט ביים שטוב פון הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, וואס דאס גייט נאך אן ברוך השם ביזן היינטיגן טאג. מיר פלעגן אלעמאל אראפגיין צו דעם בית המדרש אין צענטער פון קרית יואל, אפילו עס איז געווען א גרויסע טירחה אראפצוגיין דאווענען צוליב דעם לאנגן וועג, אבער מען האט זיך געשטארקט מיט דאס וואס דער ראש ישיבה לייגט אראפ ווי אזוי עס קוקט אויס יענע וועלט, דער ראש ישיבה זאגט: "ווען דו גייסט ארויפקומען אויף יענע וועלט גייסטו זאגן אז דו ווילסט גיין אין רבי'נס היכל, גייט מען דיך ענטפערן "אבער עס איז זייער ווייט, דאווען דא אין א לאקאלע שול". אבער אז דו האסט זיך געשלעפט אויף דער וועלט צו א היכל הקודש בית המדרש, וועסטו קענען ענטפערן ביים בית דין של מעלה אז ווען איך האב געלעבט בין איך געגאנגען צום רבי'נס בית המדרש טראצדעם וואס עס איז געווען ווייט, במילא דארף מען מיר אריינלאזן.
 
שפעטער נאך אפאר יאר האט מען געזען אז עס איז דא גענוג אינגעלייט וואס וואוינען אין מיין געגענט, האט מוהרא"ש געראטן אז יעצט איז די פאסיגע צייט צו עפענען א שטיבל אין די נייע שכונת עצי תמרים. אנגעהויבן האט זיך עס ביים שטוב פון מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו וואס האט דעמאלט געוואוינט אין עצי תמרים געגענט, מען האט געדאווענט דארט פרייטאג צונאכטס, און ביי שלש סעודות. נאכדעם איז עס אריבער דארט ווי עס איז היינט, אונטער מיין הויז אויף די פרעמישלאן גאס, וואס דינט ווי א לייכטורעם פאר די גאנצע אומגעגנט, עס קומען צו אלע תפילות אויך פרעמדע מענטשן און לאקאלע איינוואוינער וואס ווילן זיך אנווארעמען מיט די ווערטער און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.



וואס זענען די אוועקגעשטעלטע תקנות אין דעם בית המדרש? 
 
מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט פאר תלמידי היכל הקודש אין קרית יואל ספעציעלע הוראות און תקנות, ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל חלק ד' מכתב שנ"ה, דער בריוו איז אדרעסירט צו די גבאים פון בית המדרש היכל הקודש קרית יואל [אגב הענגט דער בריוו אין בית המדרש היכל הקודש אויף העיס קארט] נאכדעם וואס מוהרא"ש שטעלט אוועק די תקנות פון א בית המדרש היכל הקודש שרייבט מוהרא"ש: "גלייבט מיר, אויב איר וועט זיך אזוי פירן, וועט איר מקדש זיין דעם נאמען פון דעם גרינדער פון דאס הייליג שטעטל קרית יואל, ווארום ער האט אזוי געוואלט אז אין זיין שטעטל זאל זיין א ווינקל פון יראת שמים, און מען זאל אכטונג געבן עס זאל נישט זיין אפילו א שמץ פון כפירות און אפיקורסות און מינות און טומאת הציונות, דער הייליגער רבי מהר"י ט"ב זי"ע האט אזוי געוואלט אז אין זיינע ד' אמות זאל זיך נישט געפונען קיין איינער וואס האט שייכות צו די מינים און פושעים".
 
שפעטער אינעם בריוו שרייבט מוהרא"ש: "איבערדעם בעט איך ענק, אז איר האט זוכה געווען צו אויפמאכן אין קריה נאמנה קרית יואל א ברסלבער שטיבל, זאל דאס ערשטע זאך דאס געפירט ווערן על טהרת הקודש און אויספאלגן די תקנות פון שטעטל, ווארום דאס שטעטל איז אויפגעשטעלט געווארן מיט בלוט וואס דער הייליגער מהר"י ט"ב זי"ע האט אריינגעלייגט אין דעם ווער ס'קען דאס נישט באווייזן זאל גיין לחיים ולשלום".



פאר א שיינע שבת אדער יום טוב פרעגט איר דער ראש ישיבה ווי אזוי זיך צו פירן אדער איר האט שוין גענוג ערפארונג?
 
איך ווייס גארנישט… איך הער ביים שיעור ווי אזוי זיך צו פירן, און מ'ליינט די בריוון. דער עיקר פירט מען זיך זייער שטארק באחדות איינער מיטן צווייטן, מען איז יעדעם זייער שיין מכבד, און מ'פירט זיך מיט אלע למודים וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז.



איר האט שוין אמאל באקומען אן הוראה פון דער ראש ישיבה שליט"א לגבי פירן דאס בית המדרש?
 
איך באקום כסדר הוראות אויף אלע נושאים ווי אזוי צו פירן א בית המדרש, יעדע וואך באקום איך פונעם ראש ישיבה א גאנצע פעקל פערזענליכע בריוו געשריבן פאר מיר, אפאר מאל שרייבט דער ראש ישיבה אינעם בריוו "ליבערטי", אמאל "ירושלים" און "אמאל בארא פארק", אלע בריוו שרייבט דער ראש ישיבה פאר מיר, יעדע בריוו איז פאר מיר געשריבן געווארן און יעדע בריוו האט מיט מיר צוטון, פון יעדע קונטרס 'עצתו אמונה' באקום איך קלארע תשובות אויף אלע שאלות און ספיקות. מ'האט געפרעגט אמאל הרה"ק רבי אלעזר ליזענסק'ער דער זון פונעם הייליגער רבי רבי אלימלך זי"ע אויב זיין טאטע האט איבערגעלאזט א צוואה? האט ער געענטפערט אז יעדע תורה אין דעם הייליגן ספר נועם אלימלך איז ווי א צוואה. 
 
אויך פון די שיעורים באקום איך א תירוץ אויף מיינע שאלות, ווי דער ראש ישיבה האט געזאגט דעם פארגאנגענעם מיטוואך תצוה אין ישיבה "טאמער איינער האט א שאלה זאל ער עס טראכטן בשעת די שיעור און עס וועט פארענטפערט ווערן", עס איז בדוק ומנוסה ממש פלאי פלאים…



עפעס א טיפ וועגן פירן א בית המדרש פון אייער ערפארונג וואס יעדער קען נאכמאכן?
 
עס איז גאר וויכטיג צו ארבעטן צוזאמען מיט אלע מתפללים אז יעדער זאל האבן א חלק אינעם שול, יעדער זאל האבן א פאסטן אין שול, און דאס האט צוויי מורא'דיגע מעלות, איינס אז דער בית המדרש פאלט נישט לעול נאר אויף איינעם, און די צווייטע זאך איז אז אז יעדער ווערט א חלק פון דער בית המדרש, איינער רופט אויס די עליות, איינער לייגט טישטיכער, איינער רייניגט, און איינער ליינט, אזוי אז יעדער איז פרייליך און צופרידן…
 
דער עיקר טיפ איז תפילה, אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דער בית המדרש זאל זיין א געשמאקע ווינקל וואס ברענגט אידן נענטער צום אייבערשטן.




*



עס גייען ארום קלאנגען איבער דעם הערליכן תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל ווי מ'איז מחנך די קינדערלעך אויף דעם אויסגעטראטענעם וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, און אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, ווי אזוי האט זיך דאס געגרינדעט?
 
געווען איז דאס ביי די קאראנע עפאכע וואס האט פאראורזאכט אז די תלמוד תורה'ס זאלן זיך דארפן פארשפארן, דעמאלט האט דער ראש ישיבה געשריבן אין א בריוו אז עס דרייען זיך ארום קינדער הונגעריג און מ'זאל זיי געבן צו עסן. איך האב גלייך פארשטאנען אז מ'רעדט דא פון רוחניות'דיגע עסן, האט מען טאקע גלייך אין סאמע ברען פון די עפאכע געעפענט די חדר און די בית חינוך לבנות "בית פיגא" כדי ס'זאל זיין תורה מגינה ומצלה פאר די גאנצע שטאט, און איינמאל מ'עפענט גייט מען נאר ווייטער, מען גייט נישט אויף צוריק.
 
מיר וועלן דא ציטירן עטליכע אויסשניטן פון די בריוו וואס דער ראש ישיבה שרייבט אין יענע שווערע צייטן, ווען אלע מוסדות זענען נאך געווען אינטער שלאס און ריגל האט דער ראש ישיבה געשריבן מיט רמזים, דער ראש ישיבה שרייבט ווי פאלגענד: "בעזהשי"ת מוצאי שבת פרשת שמיני ב' כ"ד ניסן שנת תש"פ לפ"ק. האסט אוודאי געהערט די ביטערע גזירה, אז די רעגירונג לאזט נישט צוריק עפענען די חדרים, מיר דארפן וויינען און שרייען צום אייבערשטן אז די גזירה זאל בטל ווערן, ווייל די גזירה איז אן ערגערע גזירה ווי די גזירה פון קאראנע. דער אייבערשטער זאל העלפן אז די גזירה זאל בטל ווערן, מען זאל צוריק עפענען די חדרים און ישיבות בקרוב.
 
מיר וועלן ווייטער טיילן עסן אין וויליאמסבורג סיי פאר אינגלעך סיי פאר מיידלעך און אויך פאר בחורים; פון מארגן זונטאג וועט מען טיילן יעדן טאג עסן … פינעף אזייגער וועל איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געבן עסן פאר די בחורים. איך וועל רעדן צו אינגעלייט זיי זאלן דאס אויך נאכטון אין קרית יואל, רחמנות האבן אויף די קינדער און זיי געבן עסן".



וויפיל יאר ערפארונג האט איר שוין אינעם פעלד פון מלומדות?
 
איך בין שוין א מלמד ברוך ה' פינף און צוואנציג יאר, עס האבן זיך שוין דורכגעדרייט ביי מיר הונדערטער תלמידים, אבער איך הייב אן יעדן טאג פון דאסניי, מ'דארף יעדן טאג פריש מתפלל זיין שלא תצא מכשול מתחת ידי.



מיט וואס איז תלמוד תורה היכל הקודש א יחיד במינו?
 
אין היכל הקודש לייגט מען א שטארקע געוויכט אויפצובויען די קינדער אויף זייער גאנצע לעבן מיט אמונה און בטחון, יראת שמים און מידות טובות. מען לייגט א געוויכט אז די לימודים זאל מען קענען מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן, למשל מען לייגט אריין אינעם קינד אזא שטארקע אמונה אז זיין גאנץ לעבן זאל ער דאס געדענקען און וויסן אז ער איז נישט אליין, ער איז קיינמאל נישט פארלוירן, ווייל דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט אים, נישט קיין חילוק וואס ער וועט אויסוואקסן, צו א ארבעטער אדער א כולל אינגערמאן, זאל ער וויסן פארוואס ער לעבט און פארוועם ער דארף געפעלן. 



ווי מיר הערן האט יעדעס קינד אין אייער תלמוד תורה א צונאמען, וואס ליגט אונטער דעם?
 
איך גיי נישט אוועק פון די מסורה, מיינע מלמדים האבן אויך געהאט טיטלען און שפריכווערטער אויף יעדע קינד, איז טו איך עס נאך, אבער מיט א אנדערע קנייטש, איין קינד הייסט 'אמונה צדיק', איינער הייסט 'בטחון צדיק', 'גליקליכער צדיק' 'דרך ארץ'דיגער צדיק' 'הייליגער צדיק' וכו', מען זאל נישט חס ושלום זאגן אז ברסלב גייט אוועק פון די מסורה…



וועלכע גוטע טיפ אין חינוך קענט איר איבערגעבן, נאכן האבן אזויפיל יאר ערפארונג.
 
איך קען זאל איין גאר וויכטיגע זאך; ווען די קינדער מיטן מלמד זענען גוטמוטיג און פרייליך, דעמאלט כאפן די קינדער אלעס אויף שנעל און געשמירט מיט א געשמאק, אבער ווען די לופט איז אנגעצויגן און נערוועז, דעמאלט גייט גארנישט אריין אין די קינדער'ס אויערן, מען רעדט צו די פיר ווענט.




*
 
לאמיר זיך אריבערכאפן צו די נושא פון אינטערוויוס, ווען האט זיך אנגעהויבן די געשמאקע פרייליכע אינטערוויוס אויפן האטליין 'קול ברסלב' אויפן קנעפל נומער 1-4-2?
 
אגב, 142 באטרעפט א-ד-ר… בעצם האט זיך די גאנצע זאך אנגעהויבן פון איין גרויסער טעות און פון דעם איז ארויסגעקומען אזא שיינע זאך, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז בכלל נישט געווען קיין טעות. די מעשה גייט צוריק מיט פיר יאר צוריק ביי די גראנדיעיזע מעמד סיום הש"ס אין קראון פלאזא האטעל בשנת תש"פ, האט מו"ה ר' ישראל סאמעט הי"ו געוואלט אהערשטעלן א פרעזענטאציע אויפצושפילן אינטערוויוס מיט אידן וואס האבן צו דערציילן סיפורים און עובדות פון מוהרא"ש זי"ע, האט ער מיר געבעטן אויב איך קען אפהאלטן שמועסן מיט די תלמידים פון מוהרא"ש. דעמאלט האט מען גענומען די שמועסן און ארויפגעלייגט אויף קול ברסלב. 
 
פון דעמאלט איז די נאכפראגע געווארן גרויס, מען האט געבעטן פאר נאך אינטערוויוס, עס איז דא אידן וואס האבן צו דערציילן אסאך שיינע מעשיות, האב איך געפרעגט דעם מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א - וואס האט דאן געפירט די מערכת - אויב מען קען מאכן א קנעפל צו מאכן עטליכע אינטערוויוס, און ער האט מסכים געווען. היינט פיר יאר שפעטער האלט מען שוין קרוב צו פיר הונדערט אינטערוויוס, חוץ פון די קורצערע אינטערוויוס, ברוך ה' פארדעם.
 
אגב איז וויכטיג אנצומערקן אז עס איז דא גענוג פלאץ פאר נאך אידן צו ארויפקומען אויף קול ברסלב און מהנה זיין דעם עולם מיט שיינע שמועסן וכדומה, עס איז נאך דא אסאך פלאץ צו קענען שענער און בעסער מאכן דעם האטליין, עס איז נישט דווקא אויסגעשטעלט אז איך בין דער אינטערוויוער, ווער עס שפירט אז ער האט דעם טאלאנט קען זיך מעלדן צו די מערכת און אנהייבן מהנה זיין דעם עולם.



עפעס גוטע ווערטלעך לכבוד דעם הייליגן און פרייליכן יום טוב ?
 
עס איז באקאנט אז הרה"ק רבי מרדכי'לע מ'נדבורנא זי"ע האט געזאגט ווען ער וואלט געוויסט און די יונגע יארן די גרויסקייט פון משמח זיין אידן פורים וואלט ער אפגעלאזט אלע מצות היום און ער וואלט אגאנצן טאג ארומגעלאפן משמח זיין אידן.
 
א בחור האט מורא'דיגע קוואליפיקאציעס ער קען עפענען א טיר אן שליסלעך, א ביר באטל אן א עפענער, און א גמרא אן לערנען קיין איין אידיש ווארט… אבער מיט דעם רבי'נס דרך הלימוד קען מען עס יא באווייזן…
 
איך האב געטראפן א חתן מיט גאר הויכע שפיצן אויף די שטריימל, האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט פון אזעלכע גרויסע שפיצן, האט ער מיר געענטפערט: "ווען דו וואלסט געוויסט וויפיל מיין טאטע האט געבלוטיגט פאר דעם, וואלט זיך דיין האר פון קאפ אויכעט אויפגעשטעלט".
 
א גרויסן ישר כח פארן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט, איר זאלט האבן א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד!