קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
ער זיצט ביים טיש אויסגעהונגערט און נערוועז, ער קלאפּט מיטן פינגער איידערלעהייט בשעת ער ברומט שטיל ווי א בער 'נא ברענג שוין עפעס עסן'.
 
די פוס ווארפט זיך אים, ער דמיונט שוין אויס די גאנצע סעודה, ער איז הוגעריג, ער קען נישט געדענקען אזא הונגער, ער ווייסט זיך נישט ווי אהין צו טון, ווי אהער צו טון, ווער ס'וואגט זיך נאר צו טרעטן אין זיין ד' אמות כאפּט קולות וברקים.
 
די ווייב און די קינדער, אלעס ארום יעדער ציטערט פון אים, א הונגעריגער מענטש פארלירט די דעת אינגאנצן, ער איז עלול צו טון ווער ווייסט וואס... 
 
ער געבט א לאז ארויס א הילכיגער נאאאאא!!!! אלעס לויפט, יעדער ברענגט, מ'מאכט גרייט ער זאל קענען שוין עפעס עסן און יעדער זאל קענען ווערן רואיג, די שטוב זאל צוריק גיין צו סדר נארמאל. 
 
ענדליך הייבט אן קומען א גאנצע סעודה צום טיש, די שמעק פון די פרישע חלות רייצט אים שוין די אפּעטיט אז ער שפירט ער גייט פלאצן! מיט איין אטעם לויפט ער צום סינק ער וואשט זיך על נטילת ידים ער שניידט אויף די הייסע קריספי חלה און הייבט אן עסן מיט אפעטיט... 
 
קיינער רעדט נישט ארויס א ווארט פון מויל יעדער ציטערט אים צו שטערן חלילה, ער איז דאך אזוי הונגעריג. ער באלעקט זיך מיט די חלה, דיפּס און פיש מיט סעלעדס. יעדער זאך וואס קומט ארויף אויפן טיש גייט גראד האלב דערפון אין זיין טעלער אריין. 
 
אזוי זיצט ער א האלבע שעה און דערכאפּט זיך זיין הארץ ער איז נאכנישט פארטיג, ער גייט פאר נאך א סלייס, ער עסט און עסט, אזוי ביז די נעקסטע קורס קומט שפירט ער שוין מער ווייניגער פול. 
 
ביי די פלייש קען ער שוין נישט קוקן אויף קיין עסן קוים קוים שטופט ער אריין אביסל פלייש יוצא צו זיין. 
 
ביים סוף סעודה בענטשט ער. און מיט דעם ענדיגט זיך די דראמאטישע סצענע, די משפחה און אלעס ארום איז שוין רואיג, די דראמא איז אריבער ענדליך איז ער דא צוריק מיט אונז געהעריג, מ'ציטערט שוין נישט צו שטיין אין זיינע ד' אמות ער איז שוין גוט אויפגעלייגט און פרייליך א מחי'. 
 
נאך אזא גוטע סעודה פרעגט ער פון זיינע קינדער ווער וויל קומען אויף א שפאציר? אלע שטימען מיט אז נאך אזא סעודה דארף מען טאקע גיין אביסל אפּשפאצירן דאס עסן. 
 
אזוי גייען זיי אינאיינעם די גאנצע משפחה אויף א געשמאקע רואיגע שפאציר אויף אן אנגעפילטע מאגן. אזוי שפאצירנדיג טרעפט ער אן זיין חבר ער באגריסט אים שיין וואס מאכט איר? 
 
יעצט מאך איך גארנישט ענטפערט ער אים... וואס? עפעס האט פאסירט? וואס קענסטו נישט רעדן נארמאל? איך פרעג דיך א נארמאלער קשיא וואס איז די מעשה מיט דיר? 
 
גארנישט, איך בין הונגעריג, איך בין אויפן וועג אהיים איך האב נאך היינט גארנישט געגעסן, איך שפיר ווי איך גיי אויס, איך בעט דיר לאמיר גיין ווייטער. 
 
נא נא אקעי גיי זיי געבענטשט. ער טראכט צו זיך 'וואס יענער איז טאקע אזוי הונגעריג כ'מיין מ'האט שוין געהערט אזאנס ווער איז נישט אמאל הונגעריג? פאר דעם דארף ער אזוי רעדן צו מיר? ער קען זיך נישט מסדר זיין און רעדן נארמאל? 
 
נאר וואס? דער איד איז שוין אנגעפילט ביז אויבן ער האט שוין פון לאנג פארגעסן אז ער איז אמאל געווען הונגעריג און ער האט זיך אויפגעפירט צען מאל ערגער... 
 
יעצט איז ער אזוי זאט ער קען נישט טראכטן פון עסן במילא קען ער נישט פארשטיין דעם הונגעריגן מענטש פארוואס ער פירט זיך אזוי אויף. 
 
***
 
דער ראש ישיבה פארציילט: אמאל איז א צדיק געגאנגען נאך געלט פאר אן אלמנה וואס האט נישט געהאט קיין הייצונג אין די פרעסטיגע ווינטער טעג. 
 
ער קלאפּט אריין ביי א גרויסע גביר אינדערהיים, דער גביר עפענט די טיר און פרעגט דעם איד: "וואס קען איך אייך העלפן?" 
 
זאגט ער: "איך גיי נאך געלט פאר א ארימע משפחה!" זאגט דער גביר: "פיין קום אריין דא דא אינדערהיים אין מיין אויפנאם צימער, און לאמיר הערן וועגן די צוועק". זאגט דער צדיק: "ניין איך וויל רעדן דווקא דא אינדרויסן אין גאס!" דער גביר האט פראבירט זיך איינצובעטן אז די וועטער איז פרעסטיג קאלט אפשר דאך קומט דער רבי אריין אינעווייניג, אבער דער צדיק האט זיך פאר'עקשנ'ט בשום אופן נישט ער וויל דווקא רעדן דא אינדרויסן. 
 
דער גביר זעט אז ער האט נישט קיין ברירה זאגט ער פיין איך בלייב אינדרויסן וואס קען איך אייך העלפן? 
 
הייבט דער צדיק אן צו זאגן הער אויס דא אין שטאט וואוינט א צובראכענע אלמנה און זי האט ממש נישט קיין לחם לאכול, יעצט איז די ווינטער געקומען און ס'איז נישט דא אויף קיין הייצונג די מצב איז שרעקליך די גאנצע משפחה ווארפט זיך פאר קעלט! 
 
אזוי?! גראד נעמט ער ארויס א א גרויסע סכום און געבט עס אהין! 
 
ביים סוף פארן אוועקגיין זאגט דער איד איין זאך וויל איך נאר פרעגן וואס איז פשט אז איר האט געוואלט שטיין דווקא דא אין די קעלט? איר וואלט דאך געקענט אריינקומען צו מיין ווארימע שטוב און רעדן צו מיר דארט? 
 
איך וועל אייך מסביר זיין, זאגט ער, ביי אייך אין שטוב איז פיין ווארעם ווען איך וואלט אייך דארט געזאגט אז ס'איז דא אן אלמנה וואס גייט אויס פאר קעלט וואלסטו געטראכט ביי זיך ווער גייט אויס פאר קעלט... מ'קען מיינען... דו וואלסט קיינמאל נישט געקענט שפירן וואס זי שפירט. 
 
דעריבער האב איך דיר דווקא דא ארויסגעשלעפט אינדרויסן אין די ציפעדיגע קעלט זאלסט שפירן אביסל וואס זיין קאלט מיינט אזוי וועסטו קענען רחמנות האבן אויף די אלמנה. 
 
יעדער איד איז הונגעריג נאך דעם רבינ'ס עצות נאך אביסל חיזוק ער ווארט שוין איינער זאל אים זאגן דער אייבערשטער האט ליב דיינע מצוות דיין תפילין איז אזוי חשוב אויבן, האב רחמנות אויף זיי אים אויך מזכה מיט דאס וואס האסט באקומען!
 
מיר זיצן אין א ווארימע שטוב וואס רופט זיך "היכל הקודש" עס איז פיין ווארעם און געשמאק, איך ווייס וואס איך האב צו טון, וואס מיין ציל איז אין לעבן, איך ווייס די חשיבות פון גיין דאווענען אין שול שחרית מנחה מעריב מיט מנין, איך ווייס קלאר וויאזוי צו לערנען, איך נעם יעדן טאג א חומש און איך לערן דעם שטיקל פון יענעם טאג, דערנאך נעם איך א משניות און איך זאג פרקים משניות עס איז ממש א מחי' - ביי מיר איז פיין ווארעם. נאכדעם נעם איך א גמרא און איך מיש די הייליגע בלעטער פון די גמרא, עס איז געשמאק און זיס וואס איז דא בעסער פון דעם?
אז עס פאסירט איך האב שווערע מינוטן וואס ס'הייבט מיר אן ברענען צו טון לא עלינו נישט גוטע זאכן וואס מען טאר נישט טון, ווייס איך גלייך וואס איך האב צו טון, איך שריי גלייך ארויס אפאר ווערטער צום אייבערשטן "הייליגער באשעפער ראטעווע מיר פון דעם ברענעדיגן פייער וואס ברענט אין מיר און עס וויל מיר אינגאנצן פארברענען, העלף מיר".
 
אבער איין מינוט, וואס טוט זיך מיט מיינע חברים וואס לעבן נאך אין די קעלט, וואס טוט זיך מיט אידישע קינדער וואס ווערן נאך נעבעך פארפרוירען פאר קעלט אין די וועלט וואס איז פיל מיט שווערע נסיונות, זיי ווייסן נישט צו וועם זיך ווענדן, זיי מיינען אז דער טערעפיסט וועט אים העלפן ארויסגיין פון זיינע פראבלעמען, ער פארלאזט זיך אז אויב וועט ער גיסן בליי פאר א קליינעם אפצאל וועט אים דעמאלט אלעס זיין נאר גוט און לעכטיג.
 
לאמיר ארויסגיין אין די קעלט און דארט טרעפן אונזערע ברודער וואס ווערן נעבעך דארט פארפרוירען אינעם קאלטן שטוב וואס די מאן און ווייב רעדן שוין נישט צוזאמען פאר גאנצעטע טעג און וואכן, עס הערשט דארט אזא קאלטקייט, אז אפילו די קינדער ארום שפירן דאס שוין און זיי ווערן נעבעך אויך פארפרוירען נעבעך.
 
קום ארויס פונעם ווארימען דעקע, און לאמיר רחמנות האבן אויף די אידן וואס האבן נישט דעם געשמאקען דעקע זיך צו שיצן אינטערן ווארימען משניות, לאמיר זיי אויך געבן א קונטרס א האט ליין נאמבער וואס דאס וועט אים געבן שוץ זיך צו באשיצן פון די קעלט וואס בוזשעוועט איבעראל היינט.
 
די פראבלעם הייבט זיך אן אז מיר זעען נישט פון אינדרויסן ווער עס פרירט פאר קעלט, עס זעט אויס אז אלע זענען גוט באשיצט, אלע האבן א פיינעם ווארימען געשמאקן לעבן, ווער דארף די התחזקות? ווער דאווענט נישט יעדן טאג די דריי תפילות? ווער לייגט נישט קיין תפילין? ווער דארף התחזקות צו לערנען יעדן טאג? אלעס זעט אויס אזוי שיין פון אינדרויסן.
 
ווער דארף הפצה? וועמען פעלט עפעס בכלל? כמיין ס'איז דאך פשוט אז יעדער רעדט שיין אין שטוב. וואס ווילסט מיר זאגן אז דער אידל דארט רצח'ט זיינע קינדער נעעע ווי קען זיין? 
 
א מענטש וואס איז זאט וועט קיינמאל נישט פארשטיין א הונגעריגע איינער וואס לעבט מיט דעם רבינ'ס עצות קען קיינמאל נישט פארשטיין איינער וואס אים פעלט נאך דעם רבינ'ס עצות. 
 
פון אינדרויסן קען מען גארנישט זעהן אלעס קוקט אויס אזוי שיין פון אינדרויסן אבער אינעווייניג טוט זיך א מלחמה קיינער האט אים נישט געזאגט אז מיט א ווייב טענהט מען נישט מ'רעדט נאר שיין אין שטוב ער הונגערט נאך דעם רבניס עצות ער ווארט שוין איינער זאל אים קומען זאגן נעם א בלאט גמרא און לאז נישט קיין טאג דורכגיין אן לימוד התורה! 
 
דאנק דעם אייבערשטן פאר די חסד אז דו ווייסט יא פונעם רבינ'ס עצות אז דו ביסט יא אנגעזעטיגט פון די לעכטיגע וועג וואס צדיקים האבן פאר אונז אויסגעטרויטן און האב רחמנות אויף דיין חבר וואס הונגערט ווי א בער ער ווייסט אליין נישט וואס פעלט אים. 
 
זיי מחי' נאך אידן זאלן וויסן פון די זיסע לעכטיגע עצות פון דער וועג פון לעבן פון קענען זיין א פרייליכע צופרידענע זאטע מענטש.