קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
איך זיץ אין קאר, מיינע פינגער קלאפן מיט - מיט די מוזיק אויפן סטירינג וויהל, און איך טראכט צו מיר, ס'שוין סוף וואך, איך דארף עפעס סחורה פאר אן ארטיקל, עפעס זיס, עפעס אינטערעסאנט, עפעס מיט א גוטע מוסר השכל ס'זאל נישט זיין געשריבן סתם אבי אין די וועלט אריין, מ'זאל נאך קענען מיט שמייכלען מיט דעם אויך, עפעס וואו יעדער קען זיך טרעפן דארט… אבער די וואך גייט עס עפעס נישט, מיינע שכנים קומען נישט קלאפן אויף מיין טיר… קיינער האט מיר נישט אפגעשטעלט פרעגן עפעס וויכטיגס… אויפן גאס האב איך קיינעם געטראפן די וואך צו האבן עפעס א גוטע שמועס…  אויסער מיין סדר היום האב איך קיינעם נישט באגעגנט, אפילו קיין פליק אויף היכל הקודש האב נישט געכאפט, ממש גארנישט! מיינע פיאות טראפן נאך פון די מקוה, איך האלט שוין נאך א שטיקל התבודדות, איך פראביר וואס איך קען נאר ס'זאל מיך עפעס איינפאלן פאר א גוטע ארטיקל, אבער איך בין סטאק ס'רוקט זיך גארנישט!
 
איך וויל שרייבן דאס מאל עפעס ערנסט, חיזוק, וואס האט מען פון לאכן פון יענעם... ס'מאכט דיר נישט בעסער אדער גרעסער אז דו האסט זוכה געווען צו זיין אין א גוטע פלאץ און זיי נעבעך נאכנישט… זיי מתפלל און גיי הפצה אז אנדערע זאלן אויך קענען שפירן דעם גוטן טעם וואס דו שפירסט אין דיין לעבן. 
 
אזוי טראכט איך צו מיר, ווייל חוזק מאכן איז גאר גרינג… פון יעדעם קען מען גוט לאכן, די שווערע זאך איז צו מחזק זיין און מקרב זיין און אנווארעמען זיך אליינס און די ליינער אז ס'זאל זיך שפירן נאכדעם זאט און אויפגעלייגט. און אויב קען מען נאך אריינקוועטשן אביסל אמונה און תפילה און נאך גוטע זאכן, דאס איז שוין שפיץ, פאר דעם זעמיר דא אבער די וואך שרייבט זיך עס עפעס נישט, ס'קומט נישט קיין געדאנקען.
 
איך זיץ ביים רויט לייט און פרוביר אויסצוקוועטשן מיין מח, אפשר דאך עפעס, איך בין זיך מתבודד נאכאמאל "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן עפעס סחורה פאר די קומענדיגע וואך פאר די חשוב'ע ליינערס" איך פראביר זיך נאכאמאל צו מצמצם זיין, אבער ס'קומט גארנישט… אז איך זעה אז ס'גייט נישט קיין געדאנקען, הער איך אויף טראכטן איך בין מסיח דעת פון דעם.
 
איך הייב אן אביסל מיטזינגען מיט די סידי וואס שפילט אין קאר - "צו איז אלעס אקעי מיט מיין קינד, צו איז ער אינגאנצן געזונט… צו האט מיין הארץ געסטאפט, צו האב איך א סטראוק געכאפט... איך האב א פנים א בלאסע אפשר האב איך יענע מעשה…" ס'ווערט מיר גוט, איך האב דעם ניגון שוין עטליכע מאל געהערט, און ס'האט זיך אזוי שיין געזונגען... אבער דא יעצט פלוצלינג האב איך עס דערהערט! ס'הייבט מיר אן גוט קיצלען, אפשר טאקע? א סקרוך לויפט מיר דורך אלע ביינער, אפשר קוועטש מיר טאקע עפעס? אפשר בין איך בלאס? אפשר טאקע? אוי וויי ס'הייבט מיר אן ווערן נישט גוט, איך שפיר ווי א קאלטע שווייס באנעמט מיר… ווי אזוי קען זיין דער ראש ישיבה זינגט עס מיט אזא שמחה? ס'שטימט עפעס נישט! וואס וויל ער דא פון מיר? טאנץ און זינג אז אפשר כאפ איך יעצט א הארץ אטאקע? ווי מער איך טראכט אריין אין דעם, אלץ שווערער ווערט עס. אויבן אויף, מיינט אמונה גלייב אין דער אייבערשטער, אז וואס ס'איז אזוי איז גוט. אמונה פשוטה! דער אייבערשטער פירט די וועלט, ווער גלייבט דען נישט? מצוות אנשים מלומדה... דער אייבערשטער פירט זיין וועלט אויבן, און אלעס איז סייעתא דשמיא, וואס איז די שאלה בכלל…  אמונה איז דאך פון די פשוט'סטע זאכן אין כלל ישראל, ס'איז בכלל נישט קיין קאנטראווערסיאלע טעמע… קינד און קייט ווייסט - נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל העולמים! אבער וואס מיינט עס טאקע? ווי אזוי לעבט מען עס? 
 
דער ראש ישיבה מאכט עס דאך אזוי לעכטיג פאר אונז - "אוי נעם אריין אמונה אין דיר, אמונה מאכט אויף יעדער טיר…" מ'לעבט מיט דעם! ווייס אז אלעס פירט דער אייבערשטער, און דער אייבערשטער טוט נאר גוט, לעב מיט אמונה! 
 
מענטשן זענען אזוי ביזי פירן די וועלט, דער מיט זיין ביזנעס, ס'מוז זיין אזוי און ס'מוז זיין אהער און אויב ער וועט נישט זיין דא דעמאלט וועט אלעס חרוב גיין, ער איז פאר'דאגה'ט און פאריאגט, אויב וועסטו אים אפשטעלן אינמיטן זיין יאגעניש אפילו ווען אלעס גייט טאקע ווי געפלאנט און פרעג אים "ר' איד ווער פירט די וועלט?" וועט ער דיר זיכער ענטפערן דער אייבערשטער! "אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי פאריאגט און פאר'דאגה'ט אז מ'קען קוים רעדן מיט דיר?" ער וועט אפילו נישט פארשטיין די שאלה... וואס הייסט פארוואס?! דו ווייסט אז מיין גאנצע ביזנעס ווענד זיך אויב איך וועל יעצט זיין דא און טרעפן דעם מענטש און אלעס וועט דארפן גיין הונדערט פראצענט ווי געפלאנט… און ווען ס'געלונגט, פאטשט ער זיך צאם די צוויי הענט איך בין א געלונגענער! זעהסט, אזוי מאכט מען געלט און אזוי בויעט מען א ביזנעס... איי אלעס דער באשעפער? יא! זיכער! אבער למעשה האב איך עס מסדר געווען…
 
ס'דא א ווערטל, אז א איד האט אמאל געזוכט פארקינג ער האט זיך געדרייט און געדרייט פאר א שעה צייט, ווען ער האט געשפירט אז ס'שוין באו מים עד נפש… האט ער געבעטן דעם אייבערשטן אז ער דארף א פארקינג, און צוגעזאגט א פינעווער פאר ר' מאיר בעל הנס, אזוי ווי ער ענדיגט בעטן דעם אייבערשטן און צוזאגן צדקה - פארט איינער ארויס פון די ספאט פארנט פון אים! ער הייבט אויף זיינע אויגן צום הימל און זאגט: "אייבערשטער נעווערמיינד, איך האב מיך שוין אליינס מסדר געווען…"
 
אזא פנים האט עס, אויב לעבט מען נישט מיט'ן אייבערשטן, אבער א איד וואס לעבט מיט אמונה וואס ארבעט אויף זיין אמונה און איז זיך מתבודד, האט נישט קיין דאגות! ס'דא א באשעפער וואס פירט אים און ברענגט אים און באגלייט אים אויף טריט און שריט, זיין ביזנעס איז נישט זיין קרעדיט ווייל ער האט... נאר א מתנה פונעם אייבערשטן, און ווען ס'דא עפעס א מורא'דיגע פלאן וואס גייט ברענגען ממש אזאנס און אזעלכעס, האט מיר דער אייבערשטער חונן דעת געווען מיט די גוטע עצה, און ווען אלעס געלונגט פונקט ווי געפלאנט - שכוח אייבערשטער אלעס איז פון דיר! און אויב גייט אלעס פייפן, איז עס אויך דער אייבערשטער מוז זיין אז דאס איז די בעסטע פאר מיר!
 
אזוי אנצוהייבן די טאג מיט אזא שטיק לעבן, ב"ה היינט האב איך נאכאמאל זוכה געווען מקורב צו ווערן צו היכל הקודש ברסלב, צו א רבי וואס געבט אונז לעבן, קיינער קען מיר נישט שטערן אדער וויי טוהן, אלעס איז דער אייבערשטער אלעס איז דער רבונו של עולם, ער פירט מיר, טראגט מיר, און ברענגט מיר, איך קען נישט ארויסגיין פון די קאר איך לאז דעם ניגון לויפן נאכאמאל און נאכאמאל אוי אמונה אמונה נאך און נאך אמונה!
 
מיין טאג האט זיך אנגעהויבן אויף די רעכטע פוס, נאכ'ן דערהערן אזא ניגון איז מיין גאנצע טאג געווען אזוי דערהויבן און געשמאק. 
 
שפעטער ביינאכט בין געזעסן אביסל מיט מיין ווייב און קינדער און געשמאק פארברענגט, אינמיטן קלינגט מיך מיין חבר אריין, די ערשטע צוויי מאל האב איך נישט געענטפערט, אבער ביי די דריטע מאל האב איך שוין אנגעהויבן טראכטן אפשר האט עפעס פאסירט מיט אים, איך ענטפער דעם טעלעפאן "העלא".
 
יא, אונז גיימיר טשילן, ביזט אין?
 
ווען?
 
אין א האלבע שעה!
 
איך מאך א שנעלע חשבון, מעריב האב איך שוין געדאוונט, מיינע שיעורים האב איך שוין געלערנט, איך בין שוין לאנג נישט ארויסגעגאנגען מיט חברים, איך ענטפער אים "יא! איך קום, קענסט מיך אויפפּיקן פון שטוב און א האלבע שעה".
 
ניין און צוואנציג מינוט שפעטער דריזלט מיין טעלעפאן און איך הער א קאר פייפן, איך גיי ארויס יא ער איז דא ווי א יעקער, איך זעץ מיר אריין אינעם פאדערשטן זיץ - וואס מאכסטו?
 
וואס איך מאך? איך ווער משוגע! 
 
א גאנצן טאג קען איך נאך דערהייבן, אבער ווען ס'קומט ביינאכט פלאץ איך פשוט! כ'קען נישט זיין אינדערהיים! דו ווייסט דאך מ'האט מיר איינגעמיירעט מיט א ווייב… איך האב פון די ערשטע מינוט נישט געוואלט דער שידוך, מ'האט מיר פשוט אריינגעצווינגען… זי איז בכלל נישט פאר מיר, זי האט נישט קיין השגות, זי איז ממש פלאטשיג! 
 
און מיינע קינדער… אוי פרעג נישט, זיי מאכן מיר אלס אזוי נערוועז, ווען איך בין מיט זיי פליט פעטש, איך האב נישט קיין ברעקל געדולד צו זיי, זאלן זיי טוהן וואס זיי ווילן, איך האב נישט קיין כח יעצט פאר חינוך, נאך די בר מצוה וועל איך זיי שוין מחנך זיין! און צו אלע צרות, וויל מיין ווייב איך זאל יעצט גיין צו איר מאמע אויפפּיקן עפעס א קעיק וואס צום סוף וועט עס סיי ווי גיין אין גארבידש… מיין שוויגער איז גוט ווערד איר געלט… זי ווייסט פונטליך ווי אזוי צו צאפן מיין בלוט… 
 
איך זאג דיר איך האלט עס מער נישט אויס! איך וואלט ווען געגאנגען לערנען אפילו, אבער וואס זאל איך טוהן איך פארשטיי גארנישט! איך קוק אריין אין די גמרא ווי די האן אין בני אדם… איך בין אזוי באקראצט, נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט, איך פיהל ווי איך בין סטאק אין זיך אליינס… דער ארויספארן יעצט, דער טשיל, ממש ראטעוועט מיך! איך ציטער צו טראכטן וואס גייט זיין ווען אונזער טשיל ענדיגט זיך, די גאנצע טאג בין איך נאר פארנומען צו אנטלויפן פון די רעאליטעט וואס טו איך דא? 
 
אזא באמבע האט ער געווארפן! איך זע שטערנס… דא האב איך געמיינט אז איך גיי מיך אביסל אויסלופטערן, זיך ענדשויען… און דערווייל האט מיר דער רבונו של עולם אונטער געשיקט אזא צובראכן הארץ, וואס ענטפער איך אזא מענטש? וואס קען מען זאגן פאר א איד וואס איז אזוי מיואש? ער מאכט נעבעך אזוי פיל מיט. 
 
איך זיץ שטיל און טראכט וואס צו זאגן, אבער איך קען פשוט נישט טרעפן די ווערטער אים צו זאגן, איך שפיר אז איך מוז שוין ברעכן די שטילקייט… פאלט מיר איין א מורא'דיגע געדאנק.
 
ר' איד איך קען דיר אפשר אנצינדן א ניגון? 
 
יא זיכער! 
 
אבער אזוי ווי אונז טשילן יעצט… מאך עס הויך, די מוזיק זאל גוט קנאקן! 
איך צינד אן דעם ניגון:
 
".... קענסט רואיג זיין, ס'דא א פלאן, א בעל הבית איז פארהאן וואס די וועלט איז זיין, ביסט נישט אליין, ס'וועט אלעס זיין פיין, דער באשעפער אליין, פירט אזוי שיין - אמונה אמונה אמונה, נאך און נאך אמונה".
 
ס'גייט דורך די זיבן מינוט און איין און דרייסיג סעקונדעס און די ניגון קומט צו אן ענדע! איך דריי מיך אויס איך קוק אויף מיין חבר און איך זע ווי עס גיסט אים טרערן פון די אויגן… ער זאגט מיר מיט א געשטיקטע שטימע - "צינד עס אן נאכאמאל".
 
אזוי זענען מיר די גאנצע וועג געזעצן שטיל, און איבערגעהערט דעם ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, דאס איז געווען אונזער טשיל… נאך א דריי פערטל שעה לייגט ער מיר אראפ צוריק אינדערהיים און גייט זיך זיין וועג, ע"כ.
 
איך בין אזוי אויפגעציטערט געווארן פון דעם, די כח פון א צדיק וואס איז משפיע, אז אפילו א מענטש וואס איז אינגאנצן פרעמד ביי אים, זאל ווערן אזוי איבערגענומען, זאל כאפן אזא אויפשאקלונג! 
 
אמונה איז אזוי גרויס, יעדער ווייסט פון אמונה, אבער ווען מ'הייבט אן לעבן מיט דעם, ווען ס'קריכט אריין אין די ביינער וועקט עס אויף די נשמה פון די ווייטסטע מענטש. א מענטש וואס האט גארנישט האט פלוצלינג אלעס, אז מ'האט דעם אייבערשטן און מ'איז זיך מתבודד מיטן באשעפער האט מען אלעס, אבער אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל, מ'דארף עס איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל, אן א שיעור מאל, ס'איז נישט דא קיין נייע זאכן, מ'דארף נאכאמאל און נאכאמאל איבער'חזר'ן די אלטע פשוטע זאכן, ווייל נאר אזוי וועט מען קענען לעבן מיט דעם.
 
דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון לייגן תפילין, דער ראש ישיבה זאגט, אז מענטשן זאגן אלס, ווער לייגט נישט קיין תפילין וכו', אבער דער ראש ישיבה זאגט, אז ליידער איז דא זייער אסאך בחורים און יונגעלייט וואס לייגן נישט קיין תפילין יעדן טאג און דאווענען נישט, וואס איז טאקע פשט ס'איז דאך אזעלכע פשוטע יסודות אין אידישקייט? נאר אויף יעדע זאך וואס איז דא אויף דעם א יצר הרע דארף מען חיזוק אויף דעם די גאנצע צייט אפילו אזא פשוטע זאך ווי תפילין.
 
איך האב מיר אמאל געמאכט א סימן צו וויסן וואס איז דבר שבקדושה און וואס נישט, ס'איז דא היינט אזוי פיל חיוב קדוש'ס און לשם שמים'ס… ווי אזוי ווייסט מען וואס איז טאקע א חוב קדוש און וואס איז טאקע לשם שמים? האב איך געמאכט א מורא'דיגע סימן, אויב שפיר איך נישט קיין שום מניעה, איז עס לכאורה פאלשע מעשיות, ווייל אויב וואלט עס טאקע געווען א חוב קדוש, וואלט זיך דער שטן פארלייגט… און אויב דער שטן פארלייגט זיך נישט איז עס מן הסתם א חוב קדוש אוועקצושטיין פון די חוב קדוש לשם שמים... 
 
איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע מעשה פון דעם גרויסן מגיד הרה"ג ר' שלום שוואדראן זצ"ל פון ירושלים. ער איז אמאל געווען אויף א שבת און די שטאט קרית גת, דארט האבן געוואוינט אסאך פרייע, האט מען געבעטן הרה"ג ר' שלום זצ"ל ער זאל אויפטרעטן פאר די פרייע, אפשר וועט ער זיי קענען אביסל אנווארעמען צו תשובה. 
 
הרה"ג ר' שלום זצ"ל איז נישט געווען צוגעגרייט צו רעדן א דרשה, האט ער זיך פרובירט ארויסצודרייען, אבער אזוי ווי זיי האבן שטארק מפציר געווען האט ער צום סוף מסכים געווען און ער איז געגאנגען רעדן אומצוגעגרייט. 
 
ער שטעלט זיך אויף ביים שטענדער און פרעגט: "וואס איז פשט אז ביי די פרייע מאכט מען א בת מצווה פארטי? ס'האט דאך נישט קיין שום הסבר אדער מקור!" 
 
אלע זיצן שטיל און ווארטן צו הערן וואס דער מגיד גייט ענטפערן - זאגט הרה"ג ר' שלום זצ"ל: "ביי אונז, ביי די פרומע, מאכט מען א בר מצוה, מ'פרייט זיך אז דער בחור'ל גייט אנטוהן תפילין, און דאס איז א מורא'דיגע שמחה! און אזוי ווי די מיידלעך גייען נישט קיין תפילין, מאכט מען נישט קיין בת מצוה". 
 
אבער ביי אייך, וואס מ'מאכט א בר מצוה פארטי אן אנצוטוהן תפילין רחמנא ליצלן, און אן צו אונטערנעמען די עול התורה והמצות, האבן די מיידלעך טאקע רעכט, וואס זענען זיי אנדערש? דערפאר מאכט איר א בת מצוה פארטי! 
 
יארן שפעטער קומט עפעס אן עלטערער איד צו צו הרה"ג ר' שלום זצ"ל און פרעגט אים: "איר דערקענט מיר?" זאגט ער: "ניין, איך ווייס נישט ווער איר זענט". זאגט אים דער איד: "איך בין דעמאלט געווען ביי די דרשה וואס איר האט געגעבן פאר די פרייע אין קרית גת, און בין אזוי נתעורר געווארן פון דעם, אז ווען איך בין אהיים געקומען האב איך געזאגט פאר מיינע זוהן אז פון היינט הייבן מיר אן לייגן תפילין! און אזוי זענען מיר צוביסלעך געווארן פרומער און פרומער, היינט האב איך ב"ה עטליכע דורות אלעס פרומע אידן, נאר אדאנק אייער דרשה פון תפילין!" 
 
שיינע מעשה? יא זיכער! אבער טראכט אריין, קוק אויף די כח וואס די הייליגע תפילין האט, דער ראש ישיבה זאגט אז ווען מ'בינד צו די תפילין בינד מען זיך צו צום אייבערשטן, אויב האבן די הייליגע תפילין געקענט ברענגען א איד וואס איז געווען אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, ער זאל ווערן א פולקאמער בעל תשובה אים און זיינע דורות, טראכט, דו וואס דו ליינסט דא די שורות אינעם קרית ברסלב בלעטל דו ביזט דאך מקורב צום רבי'ן, די הייליגע תפילין האבן זיכער א כח אונז ארויפצושלעפן אזוי הויך! 
 
וויל דען א איד נישט לייגן תפילין? וויל דען א איד זינדיגן? אונז האמיר אזעלכע ביטערע נסיונות, אונז לעבן אין אזא שווערע דור מיט אזוי פיל צרות און אזוי פיל בילבולים און נסיונות, אזא נס אז אונז האבן א ראש ישיבה וואס איז זיך מוסר נפש פאר אונז און דערמאנט אונז און איז אונז מחזק יעדן איינציגסטן טאג אויף פשטות יהדות, ער לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן ערליך, ווי אזוי צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן אפילו אין אונזערע שווערע צומישטע צו'חוש'טע דור, וואס מיינט א איד, וואס איז די חשיבות אין א איד, ווי אזוי נאר צו זען גוט'ס אויף אן אנדערע איד. 
 
מ'פארציילט נאך א מורא'דיגע מעשה פון הרה"צ שלמה מ'באבוב זצ"ל. גלייך נאך די מלחמה ווען אלע אידן פליטים, זענען נאך געווען צושפרייט איבעראל, האט ער אמאל געטראפן א איד אויפן גאס אן קיין בארד און פיאות, ער האט אים דערקענט פון פאר די קריג, און ער האט געדענקט אז דער איד פלעגט זיין א שיינער בעל תפילה אינדערהיים, גייט ער צו צו אים און בעהט אים אויב ער קען אפשר קומען דאווענען אין די באבובער שול פרייטאג צונאכטס קבלת שבת, קודם האט ער נישט געוואלט, אבער הרה"צ ר' שלמה זצ"ל האט זיך אזוי איינגעבעטן ביי אים, אז ער האט נישט געקענט אפזאגן. 
 
פרייטאג צונאכטס איז דער איד טאקע געקומען אין ביהמ"ד, און שיין געדאוונט. נאכן דאווענען בעהט אים הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל אז מארגן זאל ער אויך קומען אין שוהל און דאווענען מוסף. 
 
אויפצומארגנס איז דער איד נישט אנגעקומען, האט הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל געשיקט זיין זוהן הרה"צ ר' נפתלי מבאבוב זצ"ל ער זאל גיין אויפזוכן דעם איד, און אים ברענגען אין שוהל. 
 
נאך א שטיק צייט קומט הרה"צ ר' נפתלי מבאבוב זצ"ל צוריק אליינס, פרעגט אים הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל: "וואו איז דער איד?" 
 
זאגט ער אים: "איך האב אים געטראפן זיצן אין פארק מיט א צייטונג און רייכערן ר"ל, בין איך נישט צוגעגאנגען צו אים…" 
 
זאגט אים הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל: "נישט דער איד רייכערט, דער דייטש רייכערט! זיי מוחל, גיי צוריק און ברענג דעם איד אין ביהמ"ד!"
 
יארן שפעטער קומט אריין צו הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד, און פרעגט הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל איר דערקענט מיר? זאגט ער, ניין! 
"איך וועל אייך זאגן ווער איך בין, איך בין דער בעל תפילה וואס איר האט דעמאלט געטראפן אן קיין בארד און פיאות וכו', איך וויל איינלאדענען דעם רב צו די חתונה פון מיינס אן אייניקל צו קומען זיין מסדר קידושין". 
 
הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל איז געגאנגען צו די חתונה צוזאמען מיט זיין זוהן הרה"צ ר' נפתלי מבאבוב זצ"ל, ווען זיי זענען אריינגעקומען אין זאל ווייזט דער איד פאר הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל, קוק, דא האב איך איבער הונדערט קינדער, אייניקלעך און איר אייניקלעך, אלעס ערליכע אידן! דרייט זיך הרה"צ ר' שלמה מבאבוב זצ"ל אויס צו זיין זוהן הרה"צ ר' נפתלי מבאבוב זצ"ל און זאגט אים: "געדענקסט וואס איך האב דיר געזאגט? נישט דער איד האט גערייכערט דער דייטש האט גערייכערט!" 
 
וואס זעהט מען פון די מעשה? איך נעם ארויס צוויי זאכן, איינס א צדיק איז איינער וואס ברענגט אידן צום אייבערשטן, נישט איינער וואס שטופט אוועק אידן וכו' וכו' וד"ל. 
 
און די צווייטע זאך אז יעדער פון אונז האט אויך א דייטש, אונז האמיר א שונא, א יצר הרע וואס וויל אונז יעדע מינוט אריינווארפן אין תהום אריין, און ער קומט יעדן טאג מיט א פרישע נסיון און ראנגלט זיך מיט אונז, אבער אויב האבן מיר א צדיק וואס לערנט אונז א וועג צו לעבן און שלעפט אונז יעדן טאג צוריק צום אייבערשטן נישט קיין חילוק ווי אזוי מיר זעען אויס, מיר זענען אלע אידן בני אברהם יצחק ויעקב, און יעדער וויל זיין ערליך, יעדער וויל זיין וואויל, יעדער וויל צוגעבונדן צום אייבערשטן, אבער מיר האבן א דייטש, א נאצי, א יצר הרע וואס געבט נישט אויף! און נאר דורכ'ן נאכאמאל און נאכאמאל איבערהערן די פשוטע חיזוק אויף צו טוהן מצות און קומען דאווענען, דורכ'ן איינבאקן און זיך די ריינע אמונה וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, נאר אזוי קען מען בייקומען אונזער הויפט שונא. 
 
אונז זענען געזעסן אינאיינעם ליל שישי, די לאנדאנער חבורה, און מ'האט דערציילט שיינע מעשיות פון תפילה. ר' שמחה בלאק נ"י האט פארציילט א מורא'דיגע מעשה פון תפילה וואס האט מיר ממש באנומען. ער פארציילט אז זיין ווייב האט געדארפט קויפן עפעס א געוויסע טייערע זאך, און ער האט אויסגעפונען אז ס'דא איינער וואס פארקויפט עס יעצט פאר שפאט ביליג אבער נאר איינצעלנע אויף א גורל. ער איז אריין אין די גורל און געבעטן אזא ווארימע תפילה אז ער זאל געווינען, און - ער האט נישט געווינען! שכוח אייבערשטער אז איך האב נישט געווינען! 
 
יעדער קוקט אים אזוי אן... וואס דו מאכסט חוזק? מ'פארציילט שיינע מעשיות פון תפילה, וואו קומט דעס אריין? האסט דאך נישט באקומען וואס דו האסט געבעטן, דאס איז נישט קיין מעשה פון תפילה!
 
דאס איז די שטערקסטע מעשה פון תפילה האט ער געענטפערט! איך האב געבעטן דעם אייבערשטן וואס איך וויל, און וואס דער אייבערשטער וועט טוהן איז זיכער גוט! געלויבט דער הייליגער באשעפער אז איך האב נישט געווינען, דאס איז זיכער נאר פאר מיין טובה!
 
אזא שטארקע אמונה טרעפט מען נאר ביי תלמידים פון דער ראש ישיבה וואס פרעגלט אריין אין אונז אמונה פשוטה נאך און נאך, ביז מ'הייבט אן באמת לעבן מיט דעם! 
 
א מחיה היכל הקודש! מ'זעהט נאר גוט'ס אויף א צווייטן, מ'זוכט נאר ווי מ'קען יענעם מחזק זיין. די אלע מעשיות און גדלות פון אמאליגע צדיקים, הערט עפעס נישט אזוי ווייט און פרעמד… אונז זענען זוכה צו האבן א וועג ווייזער וואס ווייזט אונז אז מיר קענען אויך האבן א גליקלעכע און ריינע לעבן ווי אן אמתער ערלעכע איד! 
 
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!!!