קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
ווער איז קלוג? וואס איז קלוג? וועמען איז גוט צו הערן? וואס איז גוט צו ליינען?
אז מ'לעבט מיט א צדיק, אז מ'פאלגט ערליכע אידן הייבט מען אן צו כאפן ווער ס'איז קלוג, קלוג איז נישט דזשאן גרישאם, קלוג איז נישט מייקל ווינער (א.ק.א. מייקל סעוועדזש) קלוג איז נישט אייזיק ניוטאן, קלוג איז נישט הענרי קיסינדזשער און אפילו נישט אלבערט איינשטיין.
מילא וועגן אלבערט איינשטיין האט דאך שוין דער הייליגער רבי געזאגט אז אלע וואס ברענגען גרויסע חכמות אויף דער וועלט האבן צו דער זעלבער צייט מיטגעברענגט מניה וביה גרויסע חורבנות.
נו, ווער איז קלוג? די צדיקים זאגן אז קלוג איז מען נאר פון די הייליגע תורה, נאר תורה איז שכל, אלעס אנדערש איז שווארצע געטריקענטע רעטעך.
קלוג איז רבי שמעון בר יוחאי, קלוג איז דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו הקדושים, קלוג איז דער בארדיטשובער רב און צאנזער רב, קלוג איז דער הייליגער קדושת יום טוב און דער הייליגער ישמח משה, קלוג איז שלמה המלך.
קלוג איז די תורה. די תורה זאגט אדם לעמל יולד. און די ניגון זינגט זיך אזוי געשמאק: אשרי מי שגדל בתורה ועמלו בתורה ועושה נחת רוח ליוצרו, יעדער מענטש מוז זיך פלאגן, וואיל איז דער וואס זיין עמלות איז אין תורה.
נארמאל טראכטן מענטשן אז עמלות בתורה איז אז מ'מוטשעט זיך צו טרעפן א תירוץ אויף א קושיא אין תוספות, אדער אז מ'מוטשעט זיך צו זיצן נאך א שעה אויף די גמרא, אפילו ווען מ'האט נישט קיין געדולד.
ס'איז דא נאך א פשט, עמלות בתורה מיינט אויך אז מ'מוטשעט זיך צו מקיים זיין א מצוה, למשל, איינער גייט אויפ'ן גאס און ס'איז אים שווער זיך צו היטן די אויגן, און ער טראכט איך גיי פרובירן פאר פינף סקונדעס צו היטן די אויגן, דאס איז אויך "אשרי מי שעמלו בתורה".
מ'קען זיך נישט ארויסדרייען פון עמלות, אדער וועסטו אריינלייגן דיין עמילות צו כאפן מצוות, אדער וועסטו אריינלייגן דיין עמילות צו פארדינען צען מיליאן דאלער אין צען יאר, און דערנאך עס אינוועסטירן, און פארלירן, און מ'בלייבט מיט גארנישט.
שימעלע דרימעלע האט געארבעט אין פאבריק פון אשר'קע צוקערקע. אשר'קע האט פארשטאנען צו זיסווארג, פלעגט ער ערצייגן אלע ערליי צוקערלעך: קאצקעלעך און קוגעלעך, לעקער'לעך און שמעקער'לעך.
די מערסטע פלעגט ער פארקויפן פון די לעקערס וואס האבן געשמעקט פון יאגדעס, די געזונטע מענטשן וואס האלטן פון פרוכט פלעגן קויפן ריזיגע קוואנטומס פון די יאגדעס (כ'מיין צו זאגן פון די יאגדעס לעקערס) אז אט די הייפערעקטיוו קינדער וואס ליידן פון ווייניג צוקער זאלן זיך ארויסקייקלען פון זייער שרעקעוודיגע צוקער-מאנגל.
שימעלע דרימעלע האט געהאט א מורא'דיגע מעלה, אז יעדעס מאל וואס אשר'קע איז געקומען באאבאכטן זיין ארבעט האט ער "פונקט" געהאלטן אינמיטן כאפן א דרימל.
אשר'קען האט עס נישט געשטערט, ווייל למעשה איז די ארבעט געווארן געטון, פרעג מיך נישט ווי אזוי, אבער אז די ביזנעס פארט על מי מנוחות, זאל דרימעלע דרימעלען, ווילאנג די פרוכט-ליבהאבער האבן גענוג יאגדעס לעקערלעך.
איין טאג קומט שימעלע אריין צו אשר'קעס ביורא און ער בעט אים אפשר קען מען מאכן מיין ארבעט אביסעלע גרינגער?
ס'הייסט?
פשוט! אנשטאט איך זאל דארפן פראדוצירן הונדערט קעסטלעך יאגדעס לעקערס א וואך, אפשר קען איך אראפ גיין צו ניינציג, כ'האב שוין נישט קיין כח, נאך אזויפיל יאר.
גוט! גע'פועל'ט!
ס'האט נישט געשמעקט פאר אשר'קען, אבער ער האט געטראכט "דאנ'ט ראק דהי באוט" שאקל נישט די שיף, צורידער נישט די ביזנעס. ונראה מה יהיה חלומותיו. לאמיר זען וואס האט שימעלע דרימעלע אפירגעדרימלט? וואס שוועבט אין זיינע מח קעמערלעך?
פיר וואכן שפעטער, אין א ברוינעם דינסטאג, שימעלע דרימלט אריין דרימלדיגערהייט אין אשר'קעס ביורא.
אפשר קען מען אראפ גיין צו אכציג? איך בין שוין נישט דער אמאליגער שימעלע דרימעלע, ס'שוין יענס דרימל...........
גוט!
אינעווייניג איז אשר'קע צוקאכט און צובושעוועט, אבער ער ווייזט עס נישט ארויס.
גע'פועל'ט! זאל זיין אכציג!
שימעלע'ס פנים שטראלט ווי א פינקלדיגע שטערן אינמיטן די טונקלקייט פון די נאכט.
פיר וואכן שפעטער.....
קענסט מיר מאכן אביסל גרינגער?
אשר'קע האט נאך "אין זיין לעבן" אזוי נישט געשריגן!!!!!!!!!
איך מאך דיר עס "אינגאנצן" גרינגער און לויף אוועק פון דא צו די רויטע פעפער, דו צוריקט אינגל!!!!!
אשר'קע קען נישט אטעמען פון אויפרעגעניש, "דו מטורף'דיגער באשעפעניש!!! לויף וואו די אויגן טראגן דיך!!!!!"
שימעלע'ס לעבן איז שוין "אינגאנצן" גרינגער!
יעדער מענטש האט שוועריגקייטן אין לעבן, אבער מיט תפלה, מיט אמונה, איז עס גרינגער.
וויפל מאל האט מוהרא"ש אונז געזאגט אז מלאכים איז דא גענוג. די שיינקייט פון א מענטש איז אז אינמיטן די שוועריגקייט ווייסט ער אז דער אייבערשטער איז מיט אים.
ווי גרינג ווילסטו דיין לעבן זאל זיין? "אינגאנצן" גרינג? אבער דער אייבערשטער האט דאך אזוי סאך נחת ווען א איד דערהאלט זיך אין זיינע פראבלעמען.
אבער מאך נישט קיין טעות, סאו איך טאר נישט בעטן אויף א גרינגערע לעבן?
פארקערט! ס'איז א מצוה צו בעטן דעם אייבערשטן א גרינגערע לעבן.
נאר ביז די ישועה זאלסטו וויסן אז אלעס איז מיט א חשבון.
פון איין זייט איז א מצוה צו בעטן אלעס וואס מאכט גרינגער, פון די אנדערע זייט, אויב איך האב נאכנישט באקומען וואס איך בעט ווייס איך אז דער אייבערשטער ווייסט וואס ער טוט. דער אייבערשטער איז פול מיט רחמנות. צדיקים ווייסן וואס טוט זיך אין הימל. אין הימל האט אלעס א קלארע חשבון פון אנהייב ביז'ן סוף, און צדיקים לערנען אונז אז ווער עס קלעבט זיך צו צו אמונה האט א גרינגערע לעבן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק איש אמונות רב ברכות. לאמיר בעטן "הייליגער באשעפער העלף איך זאל לעבן מיט אמונה, העלף איך זאל טראכטן אז דו ביזט דא און דו קוקסט אויף מיר. הייליגער באשעפער נאר דו קענסט מיר געבן א גרינגערע לעבן".