דערוילעם איז דאך הונגעריג, פאריגע וואך איז דאך נישט געווען וואס צו ליינען, די וואס האבן געפאלגט די שווערע בקשות און תחנונים אז מען זאל נישט ליינען דעם ארטיקל, זיי זענען זיכער הונגעריג, זיי האבן דאך שוין אזא לאנגע צייט - כמעט צוויי וואכן - וואס עס פעלט זיי צום פינטל, ווייטער די אויבער חכמים וואס האבן גענומען דעם שאנס און האבן יא געליינט, זיי דרייט זיך דאך נאך דער קאפ פונעם ארטיקל… אזוי צו נעמען מענטשן אויף א רייד…? לא בחינם האמיר געווארענט פאריגע וואך נישט צו ליינען, זיי דארפן זיכער עפעס א נייער ארטיקל וואס זאל זיי צוריקדרייען די קאפ, דרייען אויף צוריק, אזוי אז עס זאל זיך באלאנסירן.
דאס איז שוין אזוי געבליבן, אז צום פינטל איז אלעס ארום און ארום אויסער צום פינטל…
דאס איז בנוגע די ליינער, און דער שרייבער, פון אים וויל איך שוין נישט רעדן, אזוי צו דרייען מענטשן א קאפ, אין ענגליש זאגט מען וואטס ראנג וויט יו?
גלייב מיר: איך שרייב עס נישט! סאו קום נישט צו מיר מיט קיין טענות, קען זיין איך האב איין צוויי מאל געשריבן, אבער כהיום יום שרייב איך שוין נישט… אדרבה, פראביר אויסצוגעפינען ווער עס שרייבט עס, קענסטו אויף יענעם שרייען, נו גיי געפון אויס… מאדאך די דריי פינטלעך אין עצתו אמונה קענסטו נישט אויסגעפינען ווער עס איז, נו ווי אזוי טראכסטו אז איין פינטל קענסטו יא אויסגעפינען ווער דאס איז?
איך פרעג דיר באמת די האלטסט אז איך שרייב די ארטיקלען דא יעדע וואך? איך שרייב נישט איך זיץ ביים קאמפיוטער און איך דרוק קנעפלעך איך טייפ…
ווי אזוי עס זאל נישט זיין, איז עס דער שרייבער, איז עס יענער שרייבער, ס’איז דא א לימוד זכות, געהערט א אמאל פון א בעל דרשן, האט ער געטראפן א רמז אין די פסוק אויף דעם אז עס איז דא אמאל וואס אויב מען וויל אריינברענגען דעם אייבערשטן אין א מענטש דארף מען אים נעמען אויף א רייד, זאגט ער: שטייט דאך אין פסוק דער אייבערשטער האט געזאגט משה רבינו’ן ’לך רד כי שחת עמך’ סתם אזוי קען מען רעדן דברי תורה צו א מענטש, מעורר זיין, מחזק זיין, אבער צומאל איז די קאפ אזוי נישט צום געפינען, די קאפ ליגט אזוי אין קאלאטשן אז מען מוז נעמען יענעם אויף א רייד, דאס זאגט ער בדרך צחות 'לך רייד…' גיי מיט די אידן נעם זיי אויף א רייד 'כי שחת עמך…' ווייל דיין פאלק איז פארדארבן, צו זיי רעדט שוין נישט קיין סתם תורה'ס, מיט זיי דארפסטו שוין ארומדרייען און אזוי אריינברענגען דעם אייבערשטן.
און באמת אפילו בפשטות איז דאך אויך אזוי פשט, 'לך רד' יעצט דארפטו זיך שוין אראפלאזן צו זיי רעדן אויף מער א נידריגערע לעוועל, אז דער מענטש האט שוין געטון עבירות, אזא איינער איז אויסגעלאשן, צו אים איז שוין שווער סתם אזוי צו רעדן, די מוזט שוין אראפגיין צו זיין מח. אזוי האט דאך דער הייליגער רבי געזאגט: "איך זע אז תורה’ס העלפט אייך שוין נישט, וועל איך אנהייבן מעשיות דערציילן!". מיט א פארדרייטע קאפ, א קאפ וואס איז שוין פארדארבן, ברויכסטו שוין נעמען אן אנדערע ליניע כדי אריינצודרינגען דארט דעם אייבערשטן, מיט מעשיות, משלים און צומאל ארטיקלען וואס האבן נישט קיין פינטל… אבער זיי זיכער אז ער מיינט גאר עפעס אנדערש, אלעס איז מיט איין כוונה צוריקצוברענגען דאס פארלוירענע בת מלך צום אייבערשטן.
 
***
דער נביא זאגט: קחו עמכם דברים… ניין, נישט דאס האב איך געוואלט זאגן, מען האט דאך געשמועסט אז דער עולם דארף נישט קיין טייטשן, קיין פסוקים און קיין תורה’ס, נו לאמיר זען וואס מען קען עפעס אויפקומען די וואך…
***
קינדער איר שפילט זיך שיין? וואס שפילט עטץ? זייער שיין! אבער מ'דארף אוועקפאקן די געימ'ס מיט די ביכער, די אלע צעטלעך פאפירן, פענ'ס און פעדערס, מאמי דארף זיך נישט אראפבייגן אויפהייבן די שפילצייג וואס איר פאקט אויס, מ'קען נישט לאזן די הויז צעווארפן, אז מען נעמט ארויס א געים צו שפילן, מוז מען טראכטן אז מען וועט דאס דארפן צוריקלייגן, און אויב מען קען זיך דאס נישט אונטערנעמען קען מען נישט אויספאקן.
פיין! איר האט נישט קיין נערוון אוועקצופאקן, קענט איר שפילן א געים וואס מען דארף נישט אויספאקן, מ'קען שפילן איי ספיי, מ'קען שפילן נעמען, מ'קען שפילן פיר און צוואנציג פראגן, מען קען מאכן חידות, טריק'ס, עס איז דא גענוג און נאך וואס צו שפילן.
איך גיי יעצט לערנען מיינע שיעורים, און איך וויל זען ווי שיין איר קענט זיך שפילן אן שטערן טאטי פון לערנען, נישט אויפוועקן מאמי. נתי, דו קענסט ברענגען א קדשים משניות, א כתובות גמרא. ניין! חומש האב איך שוין געלערנט אין בית מדרש אינדערפרי נאכן דאווענען, קענסט ברענגען א נ"ך שמואל ב', א תיקונים, א ליקוטי מוהר"ן, ברענג מיר אויך מיין בי”ת פון מיין רעקל טאש. 
 
ששש שפילט שיין
 
איך הער שוין די קינדער פאר'דביקות'ט אין זייערע שפילערייען:
געס אויב איך ריר דיך אן? הער איך נתי פרעגן פון שלמה’לען.
איך קוק מיך צו פון דער זייט, יארן לויפן, איך געדענק דאך עס ווי עס וואלט געווען נעכטן, ווען איך האב געמאכט די טריק פאר  מיין יונגערע ברודער… 
נתי רירט אן שלמה'לען מיט זיין שפיץ פינגער אויף זיין רוקן, און מיט די פינגער פונעם רעכטן האנט פינטלט ער קעגן שלמה'לעס נאז, און פרעגט: איך ריר דיך אן? יא אדער ניין?
שלמה'לע קוקט זיך ארום פארזיכטיג, ער טאפט זיין פנים, זיין נאז, צו פילן אויב נתי רירט אים באמת נישט אן, נאכן זיכער מאכן אז ער האט די ריכטיגע ענטפער, רופט ער אויס מיט א זיכערקייט, ניין! די רירסט מיך נישט אן!
נתי פלאצט אויס א זיגרייכער: העע… קוק! איך ריר דיך יא אן! איך ריר דיך אן מיט מיין אנדערע האנט, אויף די שפיץ פינגער ריר איך אן דיין רוקן. דא איז נתי מסביר פאר שלמה’לען ווי אזוי די טריק ארבעט: דו האסט נאר געקוקט אויף מיין רעכטע האנט, איך האב זיכער געמאכט אז דו טראכסט נאר פון די האנט, אזוי האב איך אוועקגענומען דיין קאנצענטראציע פון די אנדערע האנט, דאס איז די טריק, פארשטייסט? מען מאכט מיט די רעכטע הענט הענט מען דרייט עס נאנט צו די פנים, אזוי כאפסטו נישט אז מען רירט דיך אן פון א אנדערע זייט.
יעצט מאך מיר א טריק שלמה'לע, איך זע ווי שלמה'לע רוקט צו שטייטערהייט זיין פיס צו נחמן'ס פיס, און מיט ביידע הענט און אלע צען פינגער'ס אויסגעשטרעקט אנטקעגן נתי'ס פנים און פרעגט צוריק די זעלבע שאלה: איך ריר דיך אן?
נתי געבט א שריי אן צו דארפן טראכטן און מיט א זיכערקייט ענטפערט ער: ניין! דו רירסט מיך נישט אן, ער זעט דאך שלמה'לעס אלע צען פינגער, ביידע הענט זענען פארענט פון אים. 
שלמה'לע האט - זעט אויס  - גוט געכאפט די שפיל, ער קען עס נאך בעסער פון נתי וואס האט אים עס אויסגעלערנט, ער ווייזט: קוק נתי, קוק אויף דיין שיך, איך האב דיך יא אנגערירט, טאקע נישט מיט מיין הענט, אבער מיט מיין פיס ריר איך.
איך האב הנאה געהאט צו זען ווי זיי שפילן, און עס בליצט מיר אויף א געדאנק, איך טראכט מיר, אה! איך האב שוין אן ארטיקל פאר די וואך.
***
דו כאפסט נישט, אז מען שפילט ארום מיט דיר דעם זעלבן שפיל, וואס אינטערעסאנט איז, אז א קינד איינמאל דו זאגסט אים אויס ווי אזוי דער טריק ארבעט, איז ער שוין פארזיכטיג נישט צו ווערן אריינגע'נער'ט אין זאק אריין, אבער דיר וויפיל מאל איך זאג דיר אז עס איז א טריק, מען ארבעט אויף דיין מח, זע איך אז די טריק ארבעט נאך אלס אויף דיר, און דו פאלסט אריין אין פאסקע יעדעס מאל.
 
איך וועל דיר זאגן, איך האב געהאט מיט צוואנציג יאר צוריק א חבר, אוי איז ער ביטער געפאלן א קרבן, ער האט געהאט א געשעפט פון טייערע זייגער'ס, איין טאג קומט אריין א קאסטומער אין געשעפט, ער קוקט זיך אום אויף די דיספלעי וואס מען קען דא קויפן, ער פרעגט, ער האנדלט, ווען פלוצלינג געבט ער א כאפ א זייגער און יאגט ארויס דערמיט, דער באלעבאס כאפט הענט און פיס און יאגט אים נאך אין די גאסן, ער לויפט, ענדליך נאך אפאר גאסן האט ער אים געכאפט, ער האט געהאט גע’גנב'עט גאר א טייערע זייגער, ברוך השם מיט די הילף פון די פאליציי האט מען באוויזן צוריקבאקומען דעם טייערן טויזענט דאלער'דיגע זייגער.
וואס ער האט נישט געכאפט איז געווען אז אינדרויסן איז געווען גרייט א צווייטער פארשוין, עס איז גענוי א אפגעשמועסטע זאך, דער ערשטער וועט אפיאגן מיט א זייגער, און בשעת דער באלעבאס וועט אים נאכיאגן וועט דער צווייטער ליידיג מאכן דאס געשעפט…
און כך הוה ווען דער באלעבאס קומט צוריק אין געשעפט, האט ער געטראפן נאר שיינע פיר ווענט, יא דער גנב האט איבערגעלאזט פארן באלעבאס א קליין זייגער… א מתנה, זעט אויס פאר שכר טירחה פארן אים אזוי שיין ארויסהעלפן אויספירן די גניבה… 
 
אלס קינד איז עס מיט א קליינע טריק, ווען ביי דעם זייגער סוחר איז עס שוין געווען א האלב מיליאן דאלער’דיגע גאר קאסטבארע טריק, אבער ביי דיר זע איך ווי עס איז פיל ערגער, די טריק ארבעט אויף דיר גאר שטארק, עס איז נישט א זייגער געשעפט ווי ער איז ארויס מיט א האלבע מעלאנע שאדן, ביי דיר איז עס א לעבן זאך, מען ארבעט אויף דיר מיט די זעלבע טריק אבער ביי דיר גרעניצט זיך עס מיט דיני נפשות, עס איז לעבן און טויט אינוואוולד, א טריק געמאכט, און די לעבן פארקלאפט. דו הרג'עסט דיין לעבן!
***
וויפיל מאל איך האב שוין אנגעהויבן היטן מיינע אויגן, היינט האב איך שוין נישט געקענט אויסהאלטן די דרוק פונעם יצר הרע, וויפיל טעלעפאנען האב איך שוין אוועקגעווארפן, איך בין אזוי צובראכן, פארוואס האב איך נאכאמאל געדארפט אראפ פאלן.
 
שלימזל אוי שלימזל… וויפיל מאל האב איך שוין אנגעהויבן פון דאסניי, איך האב נישט קיין כח מער, עס איז נישט פאר מיר, יעדן טאג זאג איך נאכאמאל היינט גיי איך מיך נעמען אין די הענט אריי,ן היינט גיי איך לערנען, היינט גיי איך היטן מיינע אויגן, היינט גיי איך רעדן שיין צו מיין וייב, היינט גיי איך נישט בארעדן קיין מענטשן, היינט גיי איך קוקן אויף מיינע קינדער, עס איז נישט פאר מיר, וואס איז די פוינט פון זאגן טויזענט מאל פארן אייבערשטן: איך הייב אן פון יעצט! ווען א מינוט שפעטער פאל איך ווייטער?
יעדע זאך האט א שיעור, איך פיל מיך ווי א אויסגעשפילטע לא לנו, איך פיל מיך ווי א עקלדיגער מענטש, א גאנץ לעבן וועל איך טון נארישקייטן, און זאגן: אוי אייבערשטער איים סארי? עס נעמט נישט קיין סוף, איך שפיל מיך אליינס דא אויס? 
 
דו כאפסט נישט אז מען שפילט מיט דיר ארום, דאס איז א טריק, איך וועל דיר זאגן, איך האב געלערנט די גמרא, די פסוקים וואס רעדן איבער דעם ענין פון תשובה טון, איך האב אריינגעקוקט אין רמב"ם, אין די ראשונים, אין די אחרונים, איך בין געווען זיכער אז עס איז דא כאטש איין פוסק וואס לייגט אראפ א פיס, וואס הייסט! א מענטש גייט 'זיך' זינדיגן יעדן טאג, און נאכדעם גייט ער 'זיך' תשובה טון? איך בין געווען זיכער אז עס איז דא א שיעור, א שיעור חזון איש… א שיעור גר”ח נאה… אזוי ווי אלע זאכן אין די תורה, א מקוה איז כשר נאר אויב עס האט פערציג סאה, צו בענטשן ברכת המזון מוז מען עסן א כזית, שיעור טומאה איז כעדשה.
איך בין געווען זיכער אז תשובה האט אויך עפעס א געוויסע שיעור, למשל אויף א דארע עבירה, קען מען תשובה טון ביז צוויי אין זיבעציג מאל כמנין ע"ב… א דיקערע עבירה קען מען תשובה טון ביז דריי און זעכציג מאל כמנין די שם ס"ג, א גראבע עבירה קען מען אפשר תשובה טון כמנין שם הוי’ה, זעקס און צוואנציג מאל, אבער מער פון דעם איז עס שוין סתם חוכ וטלולא, זאגסט דו גייסט זיין גוט… הע… נאך אזוי פיל און אזויפיל מאל טון עבירות, איז עס שוין זיכער גערעכענט ווי די מאכסט ליצנות פון די גאנצע זאך פון תשובה… און ווייטער אויב האסטו עובר געווען אויף גאר א גראבע עבירה אממ… איך האב פראבירט מעיין צו זיין, איך בין געווען זיכער אז כאטש איינער וועט זיך ארויסשטעלן… מען קען דאך נישט צולאזן מענטשן טון וואס מען וויל, אז מען ווייסט אז מען קען הונדערט טויזנט מאל תשובה טון, מען קען אלעמאל אנהייבן פון יעצט, וועט מען זיך נאך גיין זינדיגן, און זיך נאכדעם גיין תשובה טון. מען טוט זיך וואס מען וויל, און ס’תשובה’ט זיך!? אזוי!? 
וויפיל איך האב געזוכט און גענישטערט האב איך נישט געקענט טרעפן קיין איין פוסק וואס זאל פון אונז קעיר נעמען, אין גם אחד וואס זאל אונז שטעלן אין טרעק… קיין איין פוסק איז נישט דא צו זיכער מאכן אז מיר נעמען זיך נישט אליין דאס געזעץ אין די האנט, וואס איז טאקע פשט? האט עס טאקע נישט קיין שיעור? מען קען תשובה טון יעדען טאג? ניין! נישט יעדן טאג, נאר יעדן טאג א מיליאן מאל!
נו אז מען קען כסדר תשובה טון, וואס איז די פוינט פונעם יצר הרע, וואס איז זיין פינטל פון מאכן מענטשן זינדיגן.
אהה! דאס איז וואס איך האלט דיר אין איין זאגן, און וויפיל מאל איך זאג עס דיר בלייבט עס נאך אלס א סוד, עס טוט זיך דא א שווערע טריק, דער יצר הרע דארף נישט דיין עבירה ער טאנצט ארום און ארום די עבירה אז דו זאלסט מיינען אז ער רירט דיך אן, אבער וואס, ווי, ווען, ער קען דיך נישט אנרירן מיט די עבירה, די עבירה ווי גראב און דיק און גרויס עס זאל נאר נישט זיין קען ער דיך נישט אוועקשלעפן פונעם אייבערשטן, דו קענסט דאך גלייך זאגן: אייבערשטער איך וויל זיין גוט, אייבערשטער איך גיי זיין גוט, אייבערשטער איך האב א יצר הרע וואס מאכט מיך משוגע, דו ביסט מיין טאטע, איך האב דיך באמת ליב, דו מיינסט אז איך וויל דיך וויי טון, דו מיינסט אז איך וויל זינדיגן, איך בין נעבעך אזוי צובראכן פון דאס וואס דער יצר הרע טוט מיט מיר, ממש ער בעלעבאטעוועט אין מיר כאדם העושה בתוך שלו, אייבערשטער העלף מיר איך זאל מיר קענען ארויסדרייען פון די קלעב וואס ער האט מיך אנגעקלעבט צו די אלע ביטערע עבירות.
די זאגסט דאס ארויס, און אלעס איז אפגעמעקט, דער יצר הרע טרעט מיט די פיס אויף דיינע הינער אויגן, דו כאפסט בכלל נישט אז ער כאפט דיך אן פון דער אנדערע זייט, ער זיצט אויף דיר, דו מיינסט אז דער יצר הרע האט דיך געכאפט ווייל ער האט דיך געמאכט אראפפאלן אין עבירות, ער איז ווייט פון דיך אנכאפן, אבער ער טרעט אויף דיר מיט די פיס, די חלומ'סט נישט אז ער האט דיך געכאפט אין זאק אריין, דו ווייסט ווען? ווען דו זאגסט נע! איך האלט אין איין פאלן! עס איז נישט פאר מיר! דאס איז געווען די טריק זיינע, וועגן דעם האט ער געמאכט אזא קעמאושן ארום די עבירה, אז דו זאלסט נישט כאפן אז ער כאפט דיך אן פון די אנדערע זייט, ער האט נישט אינזין דיך צו מאכן זינדיגן, ער האט אינזין גאר עפעס אנדערש, ער ווארט אויף נאך די עבירה, ער ווארט צו הערן די ווערטער: עס איז נישט פאר מיר! איך קען שוין נישט תשובה טון! איך פאל סיי ווי גלייך נאכאמאל דורך! איך קען סייווי נישט זיך האלטן שטארק! קיין ערליכער איד וועל איך סיי ווי שוין נישט זיין! דו זעסט? דאס איז זיין טריק.
די עבירה איז ווערדלאז, א ביליגע טויזענט דאלער’דיגע זייגער נישט אויף דעם לאקערט ער, ער ווייסט אז ביז אפאר מינוט האסטו עס צוריק, אייו ווארט צום אייבערשטן און דער זייגער איז צוריק, וואס יא? ווען די קוקסט נישט, דו כאפטס נישט אז ער כאפט דיך אריין פון גאנץ א אנדערע זייט!
א כפרה דער זייגערל, ער וויל פארשפארן דאס גאנצע געשעפט! דאס איז זיין גאנצע חכמה, דאס איז זיין גאנצע טריק, ער מאכט דיך זינדיגן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, אין זיין גאנצע כוונה איז איין ווארט: פארשפאר די געשעפט! געב אויף! טו שוין נישט תשובה!
יעצט האב איך א מורא'דיגע טענה אויף דיר, איך האב דיר דאך שוין אויסגעזאגט די טריק, נו! וואס איז מיט דיר? וואס ביסטו נאך אלס צובראכן פון דיינע עבירות? פארוואס האסטו אפגעמאכט אז דו טוסט נישט קיין תשובה? זעסט נישט ווי דער יצר הרע האט דיר געכאפט? נישט מיט די עבירה, נאר מיט די פזמון וואס עס קומט נאך די עבירה.
ווער האט דיך איינגערעדט אז עס איז דא "טוועלוו סטעפס אוו תשובה".
דער נביא זאגט אונז: ’קחו עמכם דברים, נעמט אפאר ווערטער, ושובו אל השם און קער דיך צוריק צום אייבערשטן! זאג די ווערטער: אייבערשטער איך בין אין זאק פונעם יצר הרע, איך וויל זיין גוט! העלף מיר! העלף מיר! העלף מיר! איך בין א קליין שוואכע פליג, געב מיר כח! געב מיר מח! העלף מיר! ווייל אויב דו וועסט מיך נישט העלפן ווער וועט מיך העלפן?! ווער וועט קוקן אויף מיר!
 
קינדער ס’איז שפעט, מארגן איז נאך א טאג, אז איר וועט גיין שלאפן צייטלעך וועט איר קענען ליינען מארגן צום פינטל.