וואס איז די מעשה מיט דעם טראמפ שוין ווייטער?
דער האט טאקע נישט וואס צו טון?
דער האט נאכנישט גענוג קלעפ געכאפט?
דער פלאנט טאקע צו לויפן נאכאמאל ביי די פרעזידענדליכע וואלן פארמעסט אום צוויי טויזענט פיר און צוואנציג?
ער לויפט…! פשי…!
 
נע, שרייב נישט קעגן טראמפ, קענסט נישט וויסן, עס זענען דא מענטשן וואס קענען נתרחק ווערן אז דו רעדסט קעגן טראמפ.
אז דו האלטסט נישט פון אים מיינט נישט אז ער איז נישט גוט, למעשה פלאנט ער צו ענדיגן אלע זאכן וואס ער האט אנגעהויבן ווען ער איז געווען אויפן בענקל, ער גייט אראפברענגען די פרייז פון א דאזן אייער… ער גייט ענדיגן די קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינא… ענק ברסלב'ער וועלן אויך הנאה האבן אז ער וועט זיין פרעזידענט, מען וועט שוין קענען פארן געהעריג קיין אומאן, ער גייט בויען א וואנט… מעקסיקא גייט באצאלן דערפאר, און…
 
נע שטותים דער איז דאך אזא…
 
איך מיין עס אמת’דיג, אז דו ווילסט ארויסברענגען א פוינט מיינט נישט אז דו מעגסט זיך בויען אויף יענעם, יעדער האט זיין וועג פון טראכטן, דו מאכסט א שלעכטע נאמען פאר ברסלב. קודם כל איינער וואס האלט פון טראמפ און ליינט דיין ארטיקל קען זיך זייער באליידיגן און אפמאכן אז ברסלב איז נישט פאר אים, צווייטענס עס מאכט עס אויסזען אז ברסלב האט גארנישט צו פארקויפן מען מוז זיך אלץ בויען אויף יענעם...
 
פיין איז נישט טראמפ, וועם יא? פון ביידן מעג מען שרייבן?
 
הע! דער ביידן… דער איז דאך אינגאנצן נישט… הע ס’איז דען דא עפעס וואס מען קען שרייבן פון ביידן? 
 
אה הייסט, דאס וואס מען טאר זיך נישט בויען אויף יענעם איז נאר ווען עס איז נוגע פאר דיר, ווי זאגט ער, ווען מען בארעדט זיין חסידות, ער ציט זיך ארויף אזא ערנסטע מינע אויפן פנים: "וואס דארף מען רעדן פון א צווייטן מען קען דאך רעדן פון א דריטן…"  ביידן האט דאך אויך שטיצערס וואס קענען נתרחק ווערן, ניין? 
 
פיין! שרייב וואס דו ווילסט, אבער וואס דארפסטו אלעמאל פליקן, אז דו שרייבסט אין א אויסגאבע דארפסטו אכטונג געבן נישט צו פליקן א צווייטן.
 
אהא! איך האב עס געכאפט, סאו איך מעג ארויסברענגען א פוינט, אויפן תנאי אז עס האט נישט קיין מענטשן אינוואלווד, איך הער, איך הער, פיין! דו האסט א פינטל. ארויסברענגען א פינטל אן קיין מענטשן אינוואלווד! יא?
 
שוין! געווען אמאל א קעניג ער’ט געוועלטיגט אויף… אמממ… ליינער! איך מעג זאגן די נאמען פון דעם לאנד אויף ווי ער האט געקעניגט? מ’העט דאך גראד כאפן פון וועמען מ'רעדט… עס הייסט זיך געבויט אויף יענעם? מ'האט געשמועסט אז מען שרייבט אן קיין נעמען, נו! איז אן נעמען. איז דער קעניג האט געוועלטיגט אויף איינע פון די לענדער פון אפריקע, ווייסטו וואס, ער איז געווען קעניג אויף עגיפטן, דער עגיפטישער קעניג.
 
דער קעניג האט פארקנעכטעט אונטער זיך א פאלק, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, וועסט נאך באלד שרייען אז איך בוי מיך אויף יענעם, אבער עס איז געווען זייער נישט שיין פון זיין זייט צו טון אזא זאך, נעמען מענטשן און זיי פארקנעכטן, איך מיין… אפשר זאלן זיי דיך האלטן פאר א קנעכט…
 
בקיצור דער קעניג מיט זיין גאנצע פאלק האט טאקע זייער מיאוס אפגעשניטן. דער געשעפט האט זיך אים ווייט נישט געלוינט, דער אייבערשטער האט אים געשיקט צוויי אויסדערוועלטע אידישע נביאים צדיקים, זיי האבן דעם מלך געווארענט איין מאל און נאכאמאל, אבער ס'איז געפאלן אויף טויבע אויערן.
 
בקיצור נאכן אריינכאפן כמו שכתוב, ממש כמו שכתוב… דער אייבערשטער האט דערמאלאזירט זיין לאנד, קענסטיך נישט פארשטעלן אין וואסערע כאאס די קנעכט האבן איבערגעלאזט דאס לאנד אונטער זיך ביים פארלאזן דאס לאנד, דער פרעה האט ענדליך ארויסגעלאזט די אידן פון מצרים, מצרים האט געליטן פון דם צפרדע כינים ערוב דבר בקיצור א דצ"ך אד"ש באח"ב אויף א נעקסט לעוועל… אזוינס וואס מען זעט נישט, די מעכטיגע שפרודלדיגע מצרים איז געווארן אין רעלאטיוו א קורצער צייט אויס לאנד, אויס אינגאנצן, פון א בליענדיגע לאנד מיט די בעסטע עקאנאמיע איז עס געווארן ממש א דריטע וועלט לאנד, צוהאקט און צוזעצט אן קיין שום אויסזיכט פון ווידער אויפבוי. 
 
נאך צען ביטערע מכות, די צושאסענע מצריים האבן אפגעאטעמט פון די קנעכט, ענדליך איז מען פטור געווארן פון די אנשיקענישן.
 
טראכט!
שוין, די בלוט האט אפשר נישט אזוי געפערליך אונטערגעברענגט דאס לאנד, פרייזן פון פיש זענען העכסטנס ארויפגעטריבן געווארן, אבער עס איז געווען אויף אויסצוהאלטן.
צפרדע אויך… עס האט איבערגעלאזט דא דארטן פינגער אפדרוקן אין לאנד… א שטייגער, די אלע געבעקסן וואס האבן געהאט פראש באשטאנדטיילן האט מען אין די בעקערייען געברויכט פארקויפן פאר חצי בחינם… נו ס'עט נאך מיטגיין. 
 
כינים, מען האט זיך געקראצט און געקראצט, בקיצור ווער עס האט זיך נישט געקענט ביז דעמאלטס געהעריג באקראצן האט זיך פיין אויסגעלערנט דער פאך.
 
אבער טראכט א רגע, טראכט פון ערוב, דער ערוב האט דאך איבערגעלאזט גאנצעטע שטובער אינגאנצן צעפראסקעט, דא האט געפעלט א טאטע דא האט געפעלט א מאמע, דא האבן די חיות פארציקט ביידע, דעם האט פשוט געפעלט א האנט און יענעם פשוט א פיס, בקיצור אביסל צעקאליעטש זענען זיי געבליבן נאך ערוב. 
אבער נישט אזוי געפערליך ווי דאס וואס דער דבר האט איבערגעלאזט, חורבן, מורבן ממש… שטעל דיך פאר חס ושלום אין די פאראייניגטע שטאטן, יעדע קאר, באס, טראק, באן, מאטער סייקל, צו סתם א בייק'ל… אקיצור יעדע טראספארטאציע מיטל וואס איז פארקירט אויף נישט א ריכטיגע פלאץ, די מאטאר ווערט אונטער א טאג צוויי ארויסגעדרייט, די גאנצע לאנד געפינט זיך מיט מאטארלאזע קאר'ן. אן קיין קאר קען מען דאך נישט אנקומען צו דער'ארבעט, נו, יעדער בלייבט אינדערהיים, אפילו הירא והחדר את דבר השם, דער יעקישער מצרי וואס אים גייט גארנישט אן, גייט ערליך צו דער ארבעט יעדן טאג נישט קיין חילוק קאראנא, דבר, אים אינטרעסירט נישט, ער האט דאך נישט קיין וועג אנצוקומען צום ארבעטס פלאץ, ער שפאצירט צום ארבעט און קומט שוין אן נאכן ארבעטס טאג. עס איז נישט דא קיין תבואה, קיין אינפארט קיין עקספארט.
 
שחין קען איך מיך נישט אויס אזוי שטארק, איך גלייב אז עס איז מער פון זיך נאר קראצן, אבער ברד ארבע האבן דאך איבערגעלאזט דאס לאנד אויסגעהונגערט מען זאל נישט געפרואווט ווערן, א לאנד פון מיליאנען מענטשן אן קיין עסן.
 
מען האלט אינמיטן לויפן זוכן עפעס אין מויל צונעמען ווען עס באפאלט א בלעק פריידעי, א חושך ענן וערפל, אז איינער טאנצט בלייבט ער אין די לופטן, בקיצור כאאס.
 
און די טשערי אן טאפ מכת בכורות, האלב מצרים זענען געווען בכורים, דער פון זיווג ראשון, דער פון זיווג שני, זיווג שלישי, און דער א בכור סתם פון א פילגש, דער פון א דינסט, בקיצור א לאנד פון שמוץ א לאנד פון בכורים, היסטאריקער שפעקולירן אז אין א נארמאלע יאר איז ערב פסח תענית בכורים געווען ממש א אינטערנאציאנאלע חאגע…
 
ענדליך, די מצריים דאס שארית הפליטה, ווער עס האט איבעגעלעבט די צען מכות, האבן ענדליך אפגעאטעמט פון די פרייהייט, אה! ענדליך די קנעכט האבן פארלאזט דאס לאנד, מען קען שוין טראכטן פון א נייע התחלה, מען קען טראכטן פון צוריקברענגען אביסל נארמאלקייט צום לאנד.
 
וואס איז די מעשה מיט דעם פרעה?
דער האט טאקע נישט וואס צו טון?
דער האט טאקע נאכנישט גענוג קלעפ געכאפט?
דער פלאנט נאך צו לויפן, ארויסלויפן, דעריאגן די אידן ממש צוריקברענגען דאס גליק אין לאנד… 
ער לויפט… ער לויפט…
ווי לויפסטו פרעה? הטרם תדע כי אבדה מצרים? וואס? דו דארפסט צוריק די אידן זאלן דיר פלאך מאכן וואס עס איז נאך יא געבליבן?
וואס איז די מעשה דא?
 
פארשטיי גוט, דער פרעה איז פארוואנדלט געווארן אין א ראבאטישע שפילצייג, במשך די גאנצע צייט זינט משה און אהרן האבן דאס ערשטע מאל איבערגעטרעטן דעם שוועל פון פרעה'ס פאלאץ. אלעס וואס ער האט געטון פון דאן און ווייטער, איז געווען ווי א טשיפ וואס דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין זיין מח, ער איז קאנטראלירט געווארן פאר איין איינציגע סיבה, כדי אונז אידישע פאלק זאלן זיך לערנען א לעקציע לדורות עולם, מדור דור טוען מיר זיך צופלאמען ביי יעדער מצוה, אוי אוי זכר ליציאת מצרים…!
למען שיתי אותותי אלה בקרבו, יא יא למען תספר באזני בנך, יעדע איינציגע זאך האט מיט פרעה קיין שום שייכות נישט געהאט, אלעס וואס ער האט געטון איז בלויז א מיטל צום למען תספר באזני בנך לדורות עולם.
אין די הייניטיגע ליבעראלע חינוך וואלט מען נישט טאלערירט אזא מין דיסקרימינאציע, אזוי זיך בויען אויף יענעם, אבער ברוך השם, זאת התורה לא תהא מוחלפת, דער אייבערשטער איז דער בעלעבאס און ער מאכט אפ ווער עס בויעט זיך ווען אויף וועם, און פארוואס? ווייל! וועגן! דאס איז די תורת משה וואס האט זיך נישט געטוישט, אפילו מען האט עס פארברענט, מען האט עס פרובירט צו פארבייטן, אבער גאט האט געוואלט און אויסגעפירט, און אונז געגעבן א תורה פון ווי מיר זאלן זיך דערפון לערנען, און נישט א תורה וואס מיר וועלן צופאסן צו אונזערע פארפוילטע מוחות.  
 
איז לאמיר אפלערנען דער רעטאריק פונעם ראבאטישער פרעה, וואס נאכן ווערן צושמעטערט אינגאנצן, איז ער אויסן ווייטער נאכצויאגן און ווילן צוריקברענגען דאס פאלק וואס האט אים צוטרעטן זיין לאנד.
דער אייבערשטער געבט די תורה פאר אידישע קינדער, וואס איז דער גארענט"י, ווי אזוי ווייסן מיר אז מיר אידישע קינדער גייען נישט ארויס’טשיקענ’ען ווען מיר וועלן זיין אונטער פייער.
אה! ויהי בשלח פרעה, עס איז נישט דא קיין חשבון, עס איז נישט דא קיין מח, מען גייט, מען לויפט, עס איז דא איין זאך עקשנות, מיר וועסטו נישט געווינען, דאס לויפן פון פרעה דאס איז ווי א הכנה צו פרשת יתרו צום קבלת התורה, אז ווען א איד וועט זען אז אנוכי השם אלוקיך ולא יהי לך איז צוטרעטן געווארן ביי אים, עשר מכות האט ער שוין געכאפט אויף זכור, שמור, כבד, לא תרצח, לא תנאף, לא תחמוד, עס איז אויס ער איז נישט דא קיים שום זין אז איך זאל זיך נאכאמאל נעמען צום קבלת התורה, עס איז אויס, דערמאן זיך פון פרעה, דערמאן זיך פון צען מכות וואס דער האט אריינגעכאפט און… כאילו נישט אים מיינט מען, מיט א פרישקייט לויפט ער צוריקצוכאפן די אידן קיין מצרים, אה! אז איר האט דאס בילד פאר די אויגן, יעצט קענט איר שוין נעמען די תורה, קיין שום בייזע ווינט וועט אייך נישט קענען אוועקנעמען, געדענק זכר ליציאת מצרים, דיין תורה דיין דאווענען דיין תפילין דיינע מצוות זענען צוקלאפט, זענען מכת בכורות, איך ווייס פון גארנישט איך לויף…
 
וואס איז די מעשה מיט דעם איד שוין ווייטער?
זאג? האסט טאקע נישט וואס צו טון?
האסט נאך נישט גענוג קלעפ געכאפט?
דו פלאנסט טאקע צו לויפן נאכאמאל? דו גייסט נאכאמאל פרובירן אנצוהייבן?
ער לויפט…! פשי…!
 
יא! עס איז דא א לימוד פאר מיר, עקשנות, קאפ אין וואנט, יא איך לויף, אבער איך לויף. ווי לויפסטו, איך לויף צוריק צום אייבערשטן!
 
הוי ויהי בשלח פרעה!