"הענד"ס א"פ!" דינערט די שטומע פונעם גערעגטן אפיציר, יעצט שטייט דער (אומ)שולדיגער פארשוין הילפלאז אנטקעגן די שפיזיגע אויגן פונעם אויפגעברויזטן פאליציי אפיציר.
די גאנצע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אין א געווענטליכער טאג, ווען דער יוגענטליכער איז אריין אין זיין אויטא, גרייט אנצוהייבן א פרישע טאג, ריכטנדיג זיין וועג צו דער ארבעט. אזוי שמועסנדיג אויפן טעלעפאן באמערקט ער פלוצלינג עס בליצט… יא, עס בליצט אין שפיגל.
"יא דאס מיינט מען מיך" - טראכט ער מיט אנגסט - "איך בין געווען פארטיפט אין א שמועס, איך האב נישט געכאפט אז איך בין געפארן היבש העכער פון די ערלויבטע ספיד".
"מאוו טו די סייד!" הערט זיך די שטרענגע שטימע פונעם הויכהילכער פונעם פאליצייאישער קאר. אוי ווער ווייסט וואס עס ווארט מיך אפ, איך האב דאך צו אלע צרות נאך גערעדט אויפן טעלעפאן, דעם זיץ גארטל (סיעט בעלט בלע"ז) האב איך אויך נישט אנגעטון.
דא האט דער דרייווער זיך פארלוירן און גענומען איבערגעאיילטע שריט. נישט טראכטנדיג אין וואסערע פראבלעם ער לאזט זיך יעצט אריין, האט דער פארצווייפלטער דרייווער גענומען שטארק דרוקן אויפן געז פעד"ל, "לאמיך פראבירן דאס מזל, אפשר וועל איך עס מאכן, אפשר וועט מיר דאך געלונגען זיך ארויסצודרייען פון די פולע געלט שטראפן, און די הויכע פונקטן אויף מיין לייסענס".
נאך א קורצע געיעג האט דער דרייווער איינגעזען אז ער האט גענומען א זינלאזער מיסיע, ער פארקירעוועט דעם קאר צו די זייט פונעם שאסיי, און קומט ארויס פונעם קאר, אבער יעצט וועט אים שוין די דורכגעפאלענע אנטלויף פרואוו קאסטן א טייערע פרייז, א רעזיגנירטער, מיט די הענט אין די הייעך, שטייט דער דרייווער אנגעלאנט אויפן וואנט, זיינע אויגן קוקן גראד אריין אין די שפיזיגע אויגן פונעם אפיציר, ער זעט שוין אז יעצט וועט ער טאקע דארפן צוקומען צו די גענאדע פונעם אפיציר, ווער ווייסט וואסערע פרייז דער שפיל וועט אים יעצט אפקאסטן…
 
"הענט אין די הייעך!" דינערט א גערעגטע שטומע… ניין, דאס מאל איז עס נישט אויף יענער פארלוירענער דרייווער, דאס מאל איז עס ביי מיר, אבער ניין, איך שטיי נישט ביי א וואנט, און… עס איז נישט דער אפיציר וואס שרייט. איך זיץ איינגעזינקען אין מיין פאטעל און איך זיפ מיר א פיינע קאווע, עס וויל זיך מיר אנהייבן מיין טאג, אבער עס דינערט אין מיר א שטומע: "הענט אין די הייעך!"
נאך די שווערע פארלוסן וואס איך האב געזען נעכטן אין מיינע געשעפטן, און נאך די אומצאליגע דורכגעפאלענע פרואוון צו דעקן מיינע חובות, שרייט אין מיר א אינערליכע שטומע "נו? זעסט  נישט אז דו ביסט א דורכפאל? הייב שוין הענט, געב דיך שוין אונטער, גיי נישט אריין אין דער ארבעט, דו וועסט נאר מאכן מער חובות, זע שוין איין אז די ביסט א לא יוצלח".
 
"הענט אין די הייעך!" דינערט א גערעגטע שטומע… ניין, דאס מאל איז עס נישט אויף יענער פארלוירענער דרייווער, דאס מאל איז עס ביי מיר, אבער ניין, איך שטיי נישט ביי א וואנט, און… עס איז נישט דער אפיציר וואס שרייט. איך שטיי אין מיין קאך קעגן מיינע צוויי סינקס וואס זענען ביידע איבערגעפילט מיט געשיר, לויפענדיג א פארסאפעטע צווישן מיינע צוויי שונאים… וואס קריגן זיך ווער עס גייט מיך פארשלינגן היינט, דער ריזן בארג וועש וואס שרייט און מאנט: "נו! קום שוין!" און דער איבערגעדרייטער קאך וואס בעט זיך שיינערהייט: "קום, נעם דיך שוין אין די הענט אריין, צווישן זיי צוויי מוז איך אנפיטערן דעם קליינעם, טוישן זיין ווינדל, און גרייטן נאכטמאל פאר מיין מאן און מיינע קינדער, איך ווייס נישט ווי מ'הייבט אן. "געב שוין אויף! הייב שוין הענט! זיי שוין מסכים אז די ביסט א אומבאלימפערטע פרוי, די ביסט קיינמאל נישט געווען קיין נארמאלע מענטש, און די וועסט שוין קיינמאל נישט זיין קיין גוטע ווייב, דו וועסט שוין קיינמאל נישט זיין א גוטע מאמע".
 
"הענט אין די הייעך!" דינערט א גערעגטע שטומע… ניין, דאס מאל איז עס נישט אויף יענער פארלוירענער דרייווער, דאס מאל איז עס ביי מיר, אבער ניין, איך שטיי נישט ביי א וואנט, און… עס איז נישט דער אפיציר וואס שרייט. איך זיץ אין מיין אפיס און די שרעקליכע נסיונות דרייען מיר א קאפ, עס הערט נישט אויף צו מאנען: "נו?! נאך אלס ביסטו פארקנאקט? עס וועט גארנישט געשען אז די וועסט געבן נאר 'איין קוק', ביסט דאך שוין סיי ווי דורכגעפאלן נעכטן, עס האט נישט קיין זין צו פירן יעדן טאג א ווידערשטאנד, סיי ווי נעמט די טעכנעלאגיע איבער די וועלט, הער שוין אויף מיט דיינע פרומקייטן, אה! שמירת עינים… וואס ביסטו? ביסט א ישיבה קטנה בחור…? מיטן כאלאט…? הייב שוין הענט, קוק וואס יעדער קוקט, זיי נישט אזוי שמאלקעפיג, שוין ווייטער; דעיס איז ניבול פה, יענס איז ניבול פה, רעד וואס יעדער רעדט, לאך וואס יעדער לאכט, געב זיך שוין אונטער, הייב שוין הענט".
עס וועט גארנישט געשען אז דו וועסט שיין באגריסן דיין סעקרעטארשע, מאך א קידוש השם... געב איר די גוטע געפיל, אלע בעלי בתים טוען אזוי, וואס דארפסטו זיין אנדערש, בלייב נישט אין דיין באק"ס, מעגסט אויפהייבן די אויגן ווען די רעדסט מיט איר, זיי נישט אזא פאנאטישער, עס וועט גארנישט געשען, נו?! הייב שוין הענט געב שוין אויף!"
 
"הענט אין די הייעך!" דינערט א גערעגטע שטומע… ניין, דאס מאל איז עס נישט אויף יענער פארלוירענער דרייווער, דאס מאל איז עס ביי מיר, אבער ניין, איך שטיי נישט ביי א וואנט, און… עס איז נישט דער אפיציר וואס שרייט.  איך זיץ אין ישיבה, די נסיונות ברענען אין מיר, איך גיי אראפ פון זינען, איך ווייס נישט וואס דער מגיד שיעור וויל, עס רינט מילך מיט האניג פון זיין מויל, ער איז אזוי שיין מסביר די קשיא פון תוספות, מיין קאפ איז אבער אין א אנדערע וועלט. "גיי שוין!" - דינערט אין מיר א שטומע - "געב שוין אויף! זעסט נישט אז די פארשטייסט סיי ווי נישט קיין לערנען, זעסט נישט אז דו האלטסט אין איין דורכפאלן, דו ביסט איין שטיק דורכפאל, דו וועסט שוין סיי ווי פלאקערן אין גהינום, ווער וועט דיך נעמען פאר א איידעם, דו וועסט שוין נישט קיין חתן ווערן, פון דיר וועט שוין גארנישט אויסוואקסן, נו? דו געבסט נאך אלץ נישט אויף? לאז דיך נאך, הייב שוין הענט און געב אויף!"
 
"הענט אין די הייעך!" דינערט א גערעגטע שטומע… ניין, דאס מאל איז עס נישט אויף יענער פארלוירענער דרייווער, דאס מאל איז עס ביי מיר, אבער ניין, איך שטיי נישט ביי א וואנט, און… עס איז נישט דער אפיציר וואס שרייט.  איך ליג אין בעט ארומגענומען מיט מאשינען, איך ווייס אליינס נישט פארוואס איך ליג דא אין שפיטאל צוגעטשעפעט צו די פארשידנארטיגע רערן, די דאקטוירים האבן שוין אויפגעגעבן, זיי ווייסן אליינס נישט וואס מיין מחלה איז, אלעס איז ביטער, אלעס איז פינסטער, אלעס איז שווארץ, איך הייב הענט איך געב אויף, דאס איז עס איך געב מיך אונטער!"
 
"הענט אין די הייעך!" דינערט א גערעגטע שטומע… ניין, דאס מאל איז עס נישט אויף יענער פארלוירענער דרייווער, דאס מאל איז עס ביי מיר, אבער ניין, איך שטיי נישט ביי א וואנט, און… עס איז נישט דער אפיציר וואס שרייט. איך זיץ אין קאך איבער א גלאז טיי, עס איז שטיל אלע קינדער שלאפן שוין, איך שמועס מיט מיין ווייב, אוי! קוק יענק'עלע ווי אזוי ער זעט לעצטנס אויס, איך האלט נישט אויס, ער שלאפט אריין אין טאג אריין, ער גייט נישט דאווענען, די פיאות ווערט אים קורצער, וואו דרייט ער זיך ביינאכט? ווער ווייסט מיט וועלכע חברים ער פארברענגט? מיר הייבן הענט, דאס איז אונזער שיקזאל, דאס איז עס, היינטיגע צייטן איז אזוי, פון יעדע משפחה פאלט שטיקער, מיר מוזן שלום מאכן מיט די מצב, דאס איז עס, נישט דא וואס צו טון, מיר הייבן הענט!"
אזוי געפינט זיך א מענטש כסדר אין א מצב פון פארלוירנקייט, עס שרייט אין אים אינעווייניג - און מיט רעכט - הענט אין די הייעך! געב זיך אונטער, ווי קען א בשר ודם זיך ראנגלען מיט דורכפעלער איינס נאכן צווייטן, ווי קען א בשר ודם שטעלן א ווידערשטאנד צו די פייערדיגע נסיונות, ווי קען א מענטש אויסהאלטן נעגעטיווע מחשבות וואס לאזן נישט נאך, אדער ביטערע צרות און שוועריקייטן וואס באטרעפן זיין לעבן.
 
עס שרייט פון זיך אליינס ארויס "האלט! הענט אין די הייעך!"
 
לאמיר לערנען אינאיינעם א שטיקעלע "אשר בנחל", און זען די זיסע ווערטער פון אונזער גרויסע רבי דער הייליגער צדיק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
אמת איך ווייס אז דו ביסט געדריקט…, און דו ווילסט אויפהייבן די הענט וכו', בעט איך דיר הייב אויף די הענט נאר פאר'ן בורא כל עולמים, אזוי ווי עס שטייט ביי משה רבינו ווען ער האט מלחמה געהאלטן מיט עמלק'ן… איבערדעם הייב אויף די הענט נאר פארן בורא כל עולמים, נישט אויפהייבן די הענט מיט א יאוש "וואס קען איך טון?", אדרבה ווען עס קומט אין דיר אריין א חלישות הדעת, דעם מינוט זאלסטו באשליסן אז איך גיי מקרב זיין נאך א מנין בחוּרים צום בורא כל עולמים, און איך גיי אין זיי אריינלייגן דאס זיסקייט פון די תורה הקדושׁה.
 
מען זעט אין די בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי ער ברענגט ענליכע ווערטער אינעם הייליגן ספר "עצתו אמונה" מיר וועלן ברענגען די ווערטער ווארט ביי ווארט וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט:
"עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי אויפברענגען קינדער על דרך התורה והיראה. איך ווייס אז עס איז נישט גרינג; איך אליינס פאל פון די כוחות פון ארבעטן מיט בחורים וכו', וכו', אבער אנשטאט אויפהייבן מיינע הענט און אויפגעבן הייב איך אויף מיינע הענט צום אייבערשטן, איך בעט אים איך זאל מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, אזוי האב איך כח ווייטער אנצוגיין".
 
די בריוו וואס מיר האבן דא געברענגט האט מוהרא"ש זי"ע געשריבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אין די שווערע תקופה. עס איז געווען אנהייב יארן ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפענט די ישיבה, עס זענען אריבער אויפ'ן ראש ישיבה שרעקליכע ביטערע צרות, ווען פארשאלטענע רשעים האבן געפירט א פארביסענע מערכה קעגן דעם ראש ישיבה, זיי זענען דערגאנגען די יארן פונעם ראש ישיבה, מען האט פארגאסן זיין בלוט אין אלע גאסן, מען האט אים פארשעמט איבער די גאנצע וועלט, מען האט גע'מסר'ט, און געוועבט נידערטרעכטיגע בלוט בילבולים אויפ'ן ראש ישיבה, אלעס כדי אים צו צוברעכן אז ער זאל אויפגעבן און צומאכן די ישיבה, דעמאלט האט מוהרא"ש געשריבן דעם אויבענדערמאנטן בריוו צום ראש ישיבה, און ברוך השם אז דער בריוו איז פאר אונז אלע.
פארוואס זאלן מיר זיך אונטערגעבן צום יצר הרע, פארוואס זאלן מיר זיך ברעכן צו די נסיונות פונעם דור, פארוואס זאלן מיר איינגעבן פאר אונזערע דורכפעלער, עס איז טאקע זייער ביטער, עס איז אמת אז א בשר ודם קען זיך נישט 'אליין' שלאגן מיטן יצר הרע, א מענטש קען נישט 'אליין' זיך נעמען אין די הענט אריין, ער קען נישט 'אליין' שטיין אנטקעגן די ביטערע שווערע נסיונות.
אבער לאמיר הערן דעם קול פונעם צדיק וואס זאגט אונז, דו ביסט נישט אליין, אנשטאט הייבן הענט און אויפגעבן לאמיר הייבן די הענט צו איינעם וואס קען אונז יא העלפן, לאמיר הייבן הענט צו דעם וואס שטעלט אונטער די אלע פראבלעמען, כדי מיר זאלן זיך ווענדן צו אים.
און… לאמיר נישט ווארטן ביז מיר שפירן אז עס איז שוין עק וועלט, ווייל פיל מאל ווען עס איז שוין געפערליך איז פיל שווערער צו אנהויבן דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, לאמיר זיך צוגעוואוינען ווען אלעס איז גוט, צו דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס מיר גייען אריבער.
 
לאמיר כסדר מאכן קורצע תפילות צום אייבערשטן, וואו מען שטייט און וואו מען גייט, צו מען זיצט, אדער מען ליגט אין בעט: "אייבערשטער איך בין אויף צרות, זע מיין צער, איך האלט עס נישט אויס, די מצב איז מיר אזוי ענג, איך שפיר ווי איך גיי אראפ פון זינען, איך בין איינער אליין, קיינער קען מיך נישט העלפן, קיינער קען מיך נישט פארשטיין, איך בעט דיך מיין איינציגער העלפער, העלף מיך, באשעפער אז דו וועסט מיר נישט העלפן ווער וועט מיר העלפן".
ווארף תפילות, זאג סתם ווערטער, זאג דיינע אייגענע ווערטער, זאג עס אן קיין געפיל, אן קיין הארץ, וואו די שטייסט, וואו דו ביסט, אלעמאל זאג דיר שטילערהייט: "אייבערשטער העלף מיך! אייבערשטער איך וויל רעדן צו דיר!" וועסטו זען ווי זאכן וועלן זיך איבערדרייען, אלעס וועט דיר גרינגער ווערן.
 
"הענט אין די הייעך!" דינערט די ליבליכע שטומע פונעם צדיק! הייב שוין אויף דיינע הענט, געב דיך שוין אונטער צום אייבערשטן, הער שוין אויף צו ליידן, הייב אויף דיינע אויגן, זע שוין אז עס איז דא איינער און נאר איינער וואס קען דיך העלפן, קער דיך צו אים, ווענד זיך צו אים, מיט אפאר ווערטער צום אייבערשטן וועט דיר אלעס גרינגער ווערן.