עס פייפט עס ליארעמט מען מוז לויפן….
די וואך האבן מיר זיך געטראפן אין א פונקט פארקערטע דילעמע ווי געווענטליך, די וואך, ממש ווי אפגעשמועסט פון פאראויס האבן אלע שרייבער אריינגעשיקט זייערע ארטיקלען, מיר האבן אנגעהויבן אריינקוקן וועלכעס עס וועט זוכה זיין אריינצוגיין אינעם בלעטל, אלע זענען הערליכע ארטיקלען פול מיט זאפט, עס איז זייער שווער געווען מחליט צו זיין וועמענס ארטיקל וועט עולה זיין על שלחן מלכים. מיר האבן אנגעהויבן קוקן, זוכן, אפשר וועט מען ווארפן גורל, אפשר דאס, אפשר יענץ, אזוי סארטירנדיג די פאפירן און שפעקולירן פלוצלינג… ניין עס איז נישט די שבת פייפער… עס איז די סירענעס וואס טוט ווארענען, עס פייפט עס לארעמט מען מוז לויפן…. עס קומען צו פליען ראקעטן פון עזא (גאזא בלע"ז).
אגב דאס וואס זיי רופן עס גאזא מיט א G דאס איז אזא מין שלעכטע געוואוינהייט… אזא קראנקהייט… פון די וואס האבן פאברעצירט דעם ענגלישען שפראך. זיי האבן אזא שווערע נאטור… אז ווי זיי קענען אריינווישן דעם לעטער G וועלן זיי עס געבן אזא לייג אריין… ממש ווי יענער קעכער וואס לייגט אריין - אין יעדע אייטעם וואס גייט ארויס פון אונטער זיינע הענט - דעם עווריטינג ספייס… איך טראכט צו מיר אלעמאל, ווי - רבונו של עולם קומט אריין די עווריטינג ספייס אין חלה, אין קארטאפל קוגל, אין שטולענט… אבער ביי אים איז נישט דא קיין חכמות, עס שטייט מפורש ארויסגעשריבן אויפן באטל אז דאס איז 'עווריטינג' ספייס, נו אז דאס איז עווריטינג, דארף מען עס דאך אריינלייגן אין א-א-אלעס… כאפסט? אזוי איז מיט דעם וואס האט אויסגעטראפן דעם ענגלישן שפראך, ווי זיי האבן נאר געקענט האבן זיי אריינגעווישט דעם סיילענט G, ווי פונקטליך קומט אריין א דזשי אינמיטן ליי"ט, ווי קומט עס אריין אינמיטן טיי"ט, באא"ט (געקויפט), אפילו דעם קאמפעי'ג'ן לאזן זיי נישט געמאכט, דארט האבן זיי אויך געמוזט אריינשטעלן דעם שטילן דזשי, נו גיי פרעג א קשיא אויף א גויאישן קאפ. 
איז דא האבן זיי אויך צוגעשמאלצן דעם G פשוט פארן שיפור הלשון… עזא? וואס עפעס? פארוואס נישט גאזא? שוין… ויקרא שמו בישמעאל גאזא…!
 
איז איך שיהיה, איך ברויך יעצט אראפגיין אין בונקער, עס פליט פון ערגעץ - צו פון עזא צו פון גאזא' וויאזוי דאס פלאץ זאל הייסן  - פון דארט פליען יעצט ראקען, און די אלארמען טוען אונז ווארנען 'אריין אין די שעלטער'ס, אריין אין די בונקערס'.
סתם אזוי וואלט איך מיר ווייטער געטון וואס איך האב געהאלטן אינדערמיט, אבער אלס 'מצוה לשמוע דברי חכמים' דער ראש ישיבה שרייבט קלאר אז ווען עס פייפט, מען דארף טאקע נישט לויפן, און מען זאל חס ושלום נישט פאניקן, אבער מען זאל אראפגיין טאקע אן קיין בהלה. האבן מיר צאמגענומען דאס גאנצע געזונדל ויסעו, מיר גייען אין שעלטער אריין. אויפן וועג האבן מיר גע'חזר'ט: קיינער קען אונז גארנישט שלעכטס טון! דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט אונז! מיר האבן א מזוזה! מיר היטן שבת, מיר גייען אראפ ווייל דאס איז א מצוה, מיר גייען אריינכאפן נאך א מצוה. אזוי זענען מיר אנגעקומען צום שטאק פונעם שעלטער.
אזוי ווי איך עפען די טיר פונעם בונקער, קומט מיר ארויס א פארשטויבטע גרויך, א גרויך פון אלטע ספרים, הערסטו… א נאדל קענסט דארט נישט אריינשטעקן, מיר שטייען פארענט פונעם אנגעפאקטער בונקער, איך האב אינגאנצן פארגעסן פון מיין אוצר, פאר בערך דריי פיר יאר צוריק האט זיך מיין שוואגער אריבערגעצויגן צו א נייע דירה, האט ער מיר געבעטן אויב איך קען אים האלטן פאר 'ממש אפאר טאג' זיינע ספרים/ביכער וואס ער ניצט נישט אזוי רעגלמעסיג, אפאר טאג איז אפאר טאג… דארט האב איך עס אריינגעפאקט און דארט ליגט עס נאך ביז דער יעצטיגע מינוט.
יעצט שטיי איך דא מיט מיין ווייב און קינדער פארענט פון די אלע אלטע אנגעזאמלטע ביכער, וואלט דארט געליגן א משניות, א גמרא, א תהילים, וואלט איך מיך נאך געקענט באשיצן דערין, ניין? ווי איז דען דא א בעסערע פלאץ זיך צו באשיצן אויב נישט אין די הייליגע תורה? אבער אין די ליקוטים ספרים, ביכער און אלטע בלעטער, דארט קען מען זיך זיכער נישט באהאלטן.
 
שוין די סירענעס האבן שוין אויפגעהערט צו פייפן, אבער אויב איר קענט מיך, איך טאר נישט שטיין אין די ד' אמות פון קיין שום ליין מאטריאל, עס שטעלט מיך אין א באלדיגע געפאר… איך קען אין איין רגע פארשווינדן ווערן פאר גאנצעטע שעות…
 
יא! הדרן עלך הדרן עלך… יא מ'האמיר גענדיגט דאס ביכל מ-דאשקע ל-דאשקע… פארברענט אפאר שעה, אבער די קאפ דרייט זיך מיר… איך זע גארנישט, איך זע זאמד אין מיינע אויגן… ווי אזוי בין איך אזוי פארנארט געווען, איך בין ברוך השם/ליידער אויפגעוואקסן אין א וויגעלע פון א עדה קדושה, אבער דארט איז דער טאג ה' אייר דער טאג וואס די פעלקער האבן צוריקגעגעבן פאר אידן זייער לאנד, ארץ ישראל איז צוריקגעגאנגען צו איר אייגענטומער - מיר אידן - ביי אונזער קרייז איז דער טאג איז אזא מין לופטיגע טאג, מען פייערט נישט הויך, אבער עס איז אזא טאג… נו… אלס קינד פלעג איך ליב האבן צו גיין זען די פייער קרעקער'ס וואס זיי ווארפן אין יענעם טאג צו פייערן לכבוד דעם יום העצמאות, א טאג פון זעלבטענדיגקייט, מיר פלעגן כסדר אפ'חוזק'ן פון די קרייזן וואס זענען קעגן דעם געדאנק אז אידן זאלן האבן א אייגן לאנד, ווי נישט מ'האמיר דאך א רואיג ווינקל, ווי מען שטערט אונז נישט, מיר גלייבן אינעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט דאך געגעבן דאס לאנד פאר אברהם אבינו, נו איז דאך דאס אונזער לאנד.
 
אבער ליינענדיג דעם בוך, א שיינע היסטאריע ביכל דער ביכל הייסט 'על גאולתינו' (ארויסגעגעבן געווארן אין אמעריקא דורך ר' משה דוד כ"ץ), אינעם בוך ברענגט ער די היסטאריע ווי אזוי עס איז געווארן פון ארץ ישראל צו מדינת ישראל, איך האב געדארפט איבערקוקן צו איך זע גוט, די שנאה וואס די אבות הציונים האבן געהאט צו אידן, שטיקלעך פונעם יומן פון הערצל שר"י (וואס ער איז פארהייליגט אלס דער 'חוזה המדינה'), ווי ער שרייבט מיט אזא שנאה צו אידן. ווי זיין ערשטע פלאן פון מאכן אז אידן זאלן מער נישט ליידן פון אנטעסימעטיזים איז געווען… נישט מער און נישט ווייניגער, פשוט און פראסט אריבערברענגן גאנץ כלל ישראל צו קריסטענום! אוי! די ווערטער וואס ער האט זיך באניצט קעגן די טייערע הייליגע אידישע פאלק, ווי ער רופט זיי פאראזיטן, ער שרייבט אז ער פארשטייט זייער גוט פארוואס דער קולטורעזירטער בערלינער גוי האט פיינט דעם איד, די אידן זענען זיך אליין שולדיג, (ער איז געשטארבן בערך 30 יאר איידער די צווייטע וועלט קריג, דאס אלעס האט ער געשריבן בערך 50 יאר איידער עס האט זיך אויסגעוויזן דעם אמת ווער די נאבעלע דייטשע חיות זענען).
די קאפ דרייט זיך מיר….
איך שטיי און איך טראכט ווי אזוי קען דאס זיין, איך האב אלעמאל געמיינט מיר זענען דאך אין ארץ ישראל, מיר זענען אנטלאפן פון גלות ווי מען האט אונז גע'הרג'עט און געמארדעט, מיר זענען געגאנגען צו א פארזיכערט פלאץ, וואס באלאנגט פאר אונז אידן, און ווי אזוי קען זיין אז דא, און נאר דא, פון די גאנצע וועלט ווי עס וואוינען אידן, זענען במשך די פאר יאר פון ווען ארץ ישראל איז לכאורה געווארן א פלאץ ווי אידן וועלן קענען רואיג וואוינען, דא וועט נישט זיין די אלע פאגראמען וואס עס פלעגט זיין אין די מיטל אלטער, אין אוקריינא, אין רוסלאנד, אין דייטשלאנד, דא וועט עס נישט געשען ווייל די לאנד באלאנגט צו 'אונז', און 'מיר' וועלן עס היטן און אכטונג געבן אז קיינער פון די וואס העצן קעגן אידן זאלן דא נישט אנקומען.
אפילו זיי וועלן זיך וועלן דערנענטערן צו אונזער לאנד, האבן מיר אויפגעשטעלט א שטארקע מיליטער, די שטערקסטע אין די וועלט, וואס אויב גאנטע ימ"ש (וואס האט אויסגע'שחט'ן 30 טויזענט אידן אין אומאן הי"ד) אדער כמעלניצקי ימ"ש (וואס האט געמארדעט טויזענטער אידן אין אוקריינא) אדער אנדערע רוצחים ווי היטלער ימ"ש, אויב זיי וועלן זיך דערוואגן און וועלן עפעס שלעכטס טון פאר אידן, וועלן מיר אכטונג געבן, מיר וועלן זיך נישט לאזן גיין ווי שאף צו די שחיטה, און נישט נאר אין אונזער לאנד וועלן מיר פראטעקטן, נאר מיר וועלן היטן די גאנצע וועלט, וואו א איד וועט זיין וועט ער האבן די רואיגקייט אז מיר האבן אין אונזער לאנד אונזער מיליטער וואס גייט קומען אונז העלפן אויב עס וועט געשען סיי וואס.
 
אבער ווייזן ווייזט זיך אויס אז זייט מען האט אנגעהויבן דעם רואיגן… לעבנס שטייגער, איז זייער אינטערעסאנט, אין די גאנצע וועלט וואוינען אידן מיט א רואיגקייט, זעלטן אז א איד זאל גע'הרג'עט ווערן, און דא אינעם פארזיכערטע לאנד מיט די שטערקסטע מילטער, אינעם מערסט פארזיכערטע פלאץ פאר יעדן איד איבער די וועלט, דייקא דא זענען שוין ליידער אומגעברענגט געווארן אזוי פיל ווי 24,213 אידן, איבערלאזנדיג טויזנטער יתומים און אלמנות, וועמענס לעבן איז שוין קיינמאל נישט די זעלבע ווי עס איז געווען.
בלויז די טעראר קרבנות במשך די אלע יארן האבן שוין איבערגעלאזט אזויפיל ווי 3,420 יתומים, צווישן זיי 122 יתומים פון ביידע עלטערן, 800 אלמנות, 851 עלטערן וואָס האָבן פארלוירן זייערע קינדער, און צענדליגער טויזנטער פארוואונדעטע אויפ'ן גאנצן לעבן ר"ל.
 
איר קוקט אויף די נומערן 24,213 דאס זענען נישט ציפערן וואס איך האב געבאקן, און דאס איז נישט עפעס א טעלעפאן נומער פון א סקעמער, אדער פון א איד פון קליוולאנד, דאס זענען עמטליכע ציפערן פון אידן וואס זענען גע'הרג'עט געווארן זייט מען האט געגרינדעט מדינת ישראל, און… די נומערן האט נישט סאטמאר אדער נטורא קרתא ארויסגעגעבן, דאס קומט פון די פארשטייער פון אונזער מדינת ישראל, וואס זיי געבן ארויס אינעם יום הזכרון (מעמאריאל דעי) א טאג בעפאר די יום העצמאות (אינדעפענדעטס דעי) דאס איז די טאג וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען א אייגן ווינקל, א לאנד וואס קיינער וועט אונז קיין שלעכט נישט טון.
 
די נומער 'פיר און צוואנציג טויזענט צוויי הונדערט און דרייצן' אידן וואס זענען גע'הרגעט געווארן זינט די הקמת המדינה, דאס זענען נומערן וואס זיי האבן פארעפענטליך פאריאר יום ד' לחודש אייר תשפ"ג! און וואס טוט זיך יעצט ווען עס זענען צוגעקומען די הרוגים פון די יעצטיגע 'שמחת תורה פראגראם' וואס איז געווען די בלוטיגסטע אין אידישע היסטאריע, זינט ל"ג בעומר תש"ה ווען עס איז אראפגעלייגט געווארן דעם שווערד פונעם מלאך המשחית, וואס האט געבודזשעוועט זעקס יאר און פארניכטעט צווישן זעקס און זיבן מיליאן אידן, איז נאך אזאנס נישט פארגעקומען.
 
מיין קאפ האמערט…… ווי אזוי קען דאס זיין אז דווקא דא אין די מערסטע פארזיכערטע פלאץ פארן גלות איד, זענען אזויפיל קרבנות גע'הרג'עט געווארן, ס'איז נישטא נאך א פלאץ אין דער גאנצער וועלט וואו אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן זענען אין די לעצטע יארן דערמארדעט געוואָרן מיט אלע ערליי מיתות משונות און ווי יעדעס יאר ווערן אַזויפיל אידן ברוטאל גע'הרג'ט, נאר דא אין אונזער פארזיכערעטע מדינה, וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן צו באַקעמפן די גזירת הגלות.
די פלאץ וואס האט געזאלט זיין א "ישועה צו דער האַנט" פאר כלל ישראל, א "קישעלע פאר משיח וועט קומען" אריינגעפלאכן אין דעם די פסוקי הנבואה פון "עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים", דוקא דארט גיסט זיך נעבעך אידיש בלוט אויף א פארנעם וואס האט נישט זיינס גלייכן אין די וועלט.
 
וויאזוי קען זיין אז יעדעס מאָל ווען עס דאכט זיך פאר די מדינה פירער אז מען האט געשפריצט א האנקנקרייץ אדער נאכגעשריגן א איד סיי וואו איבער די וועלט, ליארמען זיי אז מען דארף מאכן א עלי'ה קיין איזראעל, ווייל דארט איז די "סעיף העווען" פון אידישן פאלק. אין א צייט וואס איזראעל איז ליידער דער גרעסטער מקום סכנה וואו דאס לעבן פון אידישע נפשות ווערן יאר יערליך פארשניטן, רח"ל.
 
עס איז מיר א בייז ווינדער, פארוואס האב איך מיך געלאזט פאר'נאר'ן אלע יארן, פארוואס האב איך דאס נישט געוויסט, הערשט יעצט האב איך אויסגעפונען אז די מדינה האט ריזיגע קוואנטומען פון זאמד, וואס ווען עס טוט זיך עפעס, טוען זיי פארטושן דעם עולם און מען כאפט נישט, זיי האבן על כל צרה שלא תבא א זעקל זאמד וואס מען ווארט אונז אין די אויגן אז מיר זאלן פשוט נישט כאפן וואס באמת עס קומט פאר דא.
שעפעלע בובאלע… קום אהער, מען קען נישט אויסשפילן דעם אייבערשטן, מען קען נישט אנטלויפן פון גאט, מען קען זיך נישט צומאכן די אויגן און זאגן לאמיר מיטגיין מיט די מענטשן, זיי זענען טאקע אפיקורסים, אבער וואס גייט עס מיך אן, איך גלייב אינעם אייבערשטן, איך גיי מיט מיט זיי, איך פריי מיך שטילערהייט אז מען קען פארווישן פארדעקן, איך גיי מיט טלית ותפילין, איך היט שבת, און ווען דער ראש הממשלה געט א רעדע הער איך אים אויס מיט א ווארימקייט, איך שפיר מיך אינדערהיים, נו אז ער היט נישט קיין שבת דאס איז נישט מיין געשעפט, וואס דארף איך מיך בויען אויף יענעם… יעדער האט זיך זיין וועג אים לעבן, איז וואס איז מיר א נפקא מינא וואס יענער טוט. 
 
איך ווייס אליין נישט פארוואס, איך האב באקומען אזא האס צו מיין פארטיי, אזא האס צו דעם מדינה, אזא האס צו יעדער וואס האט נאר געהאט א שייכות מיטן צושטאנד קומען פון דער מדינה, יא! איך האב אנגעהויבן צו  באקומען א שרעקליכע שנאה צו די פארפירער פון די לעצטע הונדערט יאר, די אלע וואס ביי אונזער פארטיי זענען געווען העלדן, ארויפגעקוקט, האט זיך מיר אויפגעוועקט א האס, וואס האט געפעלט פאר אידן אין אייראפא, וואס האט אונז געפעלט אין אמעריקא, אין תימן, איראן איראק, סוריא, לבנון, ווי מיר אידן האבן געלעבט רואיג ביז מען האט אנגערייצט די ארבישע וועלט, ווייל מען האט געוואלט מאכן א 'פארזיכערטע לאנד', און… וואס האט אונז געפעלט אין ארץ ישראל אויב עס וואלט באלאנגט פאר עפעס א שעיך א מוחמד? מיר וואלטן געקענט פארן אין שכם, חברון, לבנון. מיר וואלטן געקענט זיין אין גאנץ ארץ ישראל אן קיין מיליטער וואס געבט אכטונג אויף אונז, ווי אזוי האבן קלוגע מענטשן געשוויגן? ווי אזוי האבן מענטשן צוגעלאזט אזא נער'ישע טיפש'דיגע זאך, מאכן א מדינה, צווישן לייבן און וועלף, און אריינלייגן יעדן איד אין א סכנה?
ביי אונז האט מען געוויסט אז די וואס זענען קעגן מדינת ישראל זענען שונאי ישראל, קנאים, שלעכטע און עקסטערמיסטישע מענטשן, און אנדערע לשונות וואס מען האט געניצט אויף זיי, אין די צייט וואס עס איז פונקט פארקערט אז דייקא זיי זענען געווען די אמת'ע אוהבי ישראל, וואלט מען זיי אויסגעהערט וואלטן אידן געלעבט רואיג.
 
און צו די זעלבע צייט איז עס אויך א מורא’דיגע לימוד זכות וואס מען מוז טענה'ן צום אייבערשטן, מען זעט ווי עס טוט זיך קיטרוגים אויף אידישע קינדער, אזאנס וואס עס טוט זיך יעצט אין ארץ ישראל, אלעס קומט צוליב וואס די מקטריגים זאגן פארן אייבערשטן אז אידן זענען שלעכט, אבער מיר מוזן טענה'ן צום אייבערשטן:
"אידישע קינדער ווילן זיין גוט, אידישע קינדער זענען וואויל, אידן זענען א טייער פאלק" 
"וואס זאלן מיר טון אז מען האלט אונז אינאיין פארפירן" 
"וואס זאלן מיר טון אז די אמת'ע מנהיגי ישראל זענען אזוי פארשעמט און אפגעלאכט".
"הייליגער באשעפער! וואלטן מיר געהאט רבי'ס מנהיגים וואס וואלטן אריינגעלייגט אין אונז אמונה וואלטן מיר געווען גוט און וואויל! 
"א שאד א שאד! פארוואס זאלן אידן באשטראפט ווערן, פארוואס זאלן אידן גע'הרג'עט ווערן, נאר ווייל זיי ווערן כסדר נעבעך פארפירט און פארפלאנטערט דורך די עירוב רב, און צו דער זעלבער צייט זענען די צדיקים געווען צו שאנד און  צו שפאט!
דאס איז א גוטע טענה וואס מען דארף טענה'ן צום אייבערשטן, בפרט אין די טעג, אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.
 
איז לאמיר בעטן איין תפילה: "הייליגער באשעפער ראטעווע אונז פון אונזערע פיינט, סיי פון די וואס פאררופן זיך אלס פארטרעטערס פון אידישן פאלק, און סיי פון עשו און ישמעאל, לייז אונז אויס פון זייערע הענט, מיר ווילן נאר זיין באשיצט אונטער דיינע פליגלען".
לאמיר זיך צוגעוואוינען צו כסדר מאכן מיט די ליפן די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א שעפשעט כסדר יעצט אין די טעג "הייליגער באשעפער היט אידן, הייליגער באשעפער וואטש אידן".