קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
 
איך זאג דיר מ'דארף אריינטאנצן, נאר אזוי קען מען בויען! אזוי האב איך געהאלפן עפענען די סקול דעמאלטס, פרעג נישט… ס'איז נישט געווען קיין פלאן, ס'איז נישט געווען קיין געלט, אלעס וואס איז געווען איז א שטארקע רצון און אסאך תפילות!
 
אזוי פארציילט מיר ר' אייזיק אפפעל הי"ו חול המועד סוכות אינדרויסן פון די סוכה אין וויליאמסבורג די השתלשלות ווי אזוי מ'האט געבויט די מוסדות היכל הקודש און ער זאגט מיר נאכאמאל מ'מוז עפענען אין לאנדאן! איך זאג דיר טאנץ אריין ס'איז די איינציגסטער וועג! 
 
ס'איז שווארץ שטאק שטיל איך שפאציר לעבן די וואסער און אטעם אריין די נאטור די ריינע לופט און איך שעפשע א תפילה צום באשעפער - אוי הייליגע באשעפער האב שוין אויף אונז רחמנות מיר דארפן אונזער אייגן ווינקל, הייליגער באשעפער איך בעהט דיר העלף אונז, מיר ווילן האבן א פלאץ ווי מ'גייט ברענגען אידן נענטער צו דיר ווי מ'גייט זיך ליב האבן און מחזק זיין איינער דעם צווייטן וואו מ'וועט נאר זיין פארנומען מיט יענעמס גשמיות... אוי באשעפער איך ווייס גאנץ גוט אז ס'מאכט נישט קיין סענס... ס'איז 'בדרך הטבע' נישט מעגליך... ס'פשוט נישטא קיין פלאץ... איך ווייס אויך אז לאנדאן איז נאכנישט גרייט פאר דעם... איך ווייס אלעס טאטע, איך ווייס אויך אז אלע פלעצער און אלע פראפערטיס געהערט פאר דיר, איך ווייס אויך, דיר פעלט גארנישט אלעס איז דיינס! איך בעט דיר באשעפער העלף, מיר זאלן קענען מקדש שם שמים זיין, אוי באשעפער!
 
אזוי זענען מיר געשטאנען און געבעטן נאכאמאל און נאכאמאל זה עומד בזוית זה וזה עומד בזית זה יעדער שטייט זיך אין זיין ווינקעלע און בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל, העלף אונז שוין, ביי דיר איז נישטא קיין טבע, פאר דיר פעלט גארנישט.... מיר דארפן א אייגן פלאץ פאר א בית המדרש!
 
פארשטייט זיך אז מיר האבן אנגעהויבן טוהן למעשה יעדער כפי יכלתו אונז זענען "נאכנישט" קיין קהילה פון אפאר הונדערט צו אפאר טויזנט אידן מ'רעדט דא פון אפשר קוים קוים א מנין... אבער א מנין אידן מיט אן אייזערנעם רצון!
 
ראש השנה האבן מיר באקומען גאר שטארקע חיזוק פון דער ראש ישיבה אז מיר זאלן "אריינשפרינגען" און עפענען אן אייגענעם בית המדרש, ס'האט שטארק געהויבן אונזערע געמיטער מיר זענען צוריקגעקומען פריש, די בלוט האט געברענט, מיר זענען געווען גרייט פאר די גרויסע אקציע פון עפענען א שוהל.
 
אומר ועושה איז ארויף א שטאפל מיר האבן אנגעהויבן איבערדרייען יעדן שטיינדל... מ'האט יעדע וואך געקלינגען כאטש צען מענטשן און אפאר מאל האט שוין אויסגעזען כמעט... און צום סוף...
 
אבער מיר געבן נישט אויף, מ'גייט אן פעסט, דער עולם האט זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי חברים און ידידים אויב איינער ווייסט פון א פלאץ... איך שטעל זיך פאר אלע האבן באקומען די זעלבע תשובות ווי מיר... איך וועל נאכשרייבן אפאר פון די תשובות... אמת'דיג ענק האלטן שוין דארט??? נע איך ווייס נישט.... הע געב אויף, אונז זוכן שוין א פלאץ פיר יאר פאר אונזערע חבורה, דאס איז סטעמפארד הילל קליינע קעפ קענסט שוין יעצט אויפגעבן... ווער גייט עס באצאלן... עטץ האטס בכלל מנין?.... וואס פעלט עס אויס... וכו' וכו' איך האב אויסגעלאזט די נארישע העצערישע קאמענטארן פון די אידן וואס זוכן צו קריגן אויפן רבי'ן וד"ל.
 
אין אמת'ן אריין זענען די אלע אידן געווען גערעכט! לאנדאן האט טאקע נישט קיין פלאץ, ס'איז א געדעכט באוואוינטע שטאט, פרייזן זענען גוט גוט הויעך מענטשן מוטשען זיך צו טרעפן א לאך וואו צו וואוינען... און די לאנדאנער עולם האט טאקע קליינטשיגע קעפ און אן אומפארגינערישע מענטאליטעט... מיר זענען טאקע א פיצי חבורה פון אידן וואס קענען זיך קוים דעקן א דאך איבערן קאפ... נאר וואס דען? אויב זענען די אלע טענות אזוי ריכטיג פארוואס פרובירן מיר ווייטער צו טרעפן א פלאץ? נישט ווייל מיר זענען א גרויסע רייכע קהילה וכו' זוכן מיר א פלאץ, נאר ווייל מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז אויס אז מיט תפילה והתבודדות קענען מיר אלעס באקומען!
 
מיר שרעקן זיך נישט פון אלע אמת'ע ריכטיגע גוטע סברות פארוואס אויפצוגעבן נאר מיר שטארקן זיך פעסט מיט אונזערע אמונה, און מיט תמימות ופשיטות אן קיין חשבונות בעטן מיר ווייטער אפילו היינט ווייסן מיר אלע שוין קלאר אז ס'מאכט ממש נישט קיין סענס און ס'גייט נישט און ס'קען נישט וכו' דאך לאזן מיר אלע חכמות און א זייט און שטארקן זיך מיט די לימודים פון דער ראש ישיבה אנצוגיין און נישט צופאלן ווערן.
 
אזוי איז יעדע איין מאל אין צוויי וואכן געווען א גוטע מינוט ס'האט אויסגעקוקט מיר גייען אט אט האבן א פלאץ מיר זענען שוין געגאנגען קוקן דעם פלאץ מ'האט שוין געזען די ישועה פאר די אויגן מ'האט שוין כמעט אנגעהויבן טאנצן, ווען אין די לעצטע מינוט האט זיך אלעמאל עפעס פונקט געמאכט און למעשה נישט! איינמאל איז עס פשוט געווען צו קליין א צווייטע האט געהאט א פאליסי, ערגעץ אנדערש האט דער לענדלארד געהערט די ווארט ברסלב און מער נישט געענטפערט קיין טעלעפאן... אבער מיט אזעלכע שטארקע לימודים פון דער ראש ישיבה און מיט כסדר'דיגע חיזוק האבן מיר זיך נישט פארלוירן נאר מיט א שטארקייט ווייטער אנגעגאנגען און זיך מחזק געווען.
 
דערווייל פלעגן מיר זיך צוזאמען קומען יעדן ליל שישי פאר אן עצתו אמונה פארברענג ווי מיר זינגען אינאיינעם ניגוני חיזוק און מ'פארציילט מעשיות פון תפילה און מ'שמועסט דברי התחזקות.
 
די סמ"ך מ"ם האט גוט מיטגעהאלטן וואס דא טוט זיך, א קליינטשיקע חבורה איז ארויס אין העפטיגע מלחמה קעגן אים... און ער האט נישט געשפעטיגט צו ענטפערן... קודם האט ער אנגעהויבן מיט יחידים צו מאכן ביבולים יעדער אויף זיין אופן וכו' און צוביסלעך האט איינער אויפגעהערט קומען און נאכדעם א צווייטער אבער יעדער פרובירט זיך צו מחזק און זיך נישט לאזן ס'גייט נאך זיין גרויס... ס'גייט נאך מצליח זיין... מ'מוז זיך דערהאלטן...
 
אבער ליידער האט דער סמ"ך מ"ם אנגעהויבן מצליח זיין און די חבורה האט אנגעהויבן ווערן קלענער מיט כמעט יעדע פארבייגייענדיגע וואך, מ'האט זיך געזאגט איינער דעם צווייטן: "מ'דארף נישט קיין עולם... דער עיקר איז אז מ'קומט זיך צאם... מ'מוז זיך האלטן שטארק…" און אזוי האבן מיר פרובירט ווייטער אנצוגיין...
 
פון דא און ווייטער פארטרעט איך נאר מיר... יא די בייזע מחשבות און בילבולים זענען אנגעקומען צו מיר אויך איך האב עס פרובירט צו דערשטיקן וויפיל איך קען... איך האב געהאלטן אין איין אוועקשטופן די מחשבות וואס האבן מיר אנגעהויבן פלאגן יענער תקופה... וואס איז די פוינט.... וואס פעלט עס אויס.... ס'הייבט אן ווערן באורינג... וועמען טו איך דא א טובה... אזוי האב איך זיך געדארפט ראנגלען מיט שווערע מחשבות און געזונטע בילבולים... א נס אז די חבורות פלעגן יענע תקופה זיין ביי מיר אינדערהיים אזוי האב איך געמוזט קומען צו די חבורות... אבער אין מיין קאפ איז אלעס געווען אינגאנצן שווארץ איך האב נישט געזען קיין עתיד... ביי די חבורות פלעגט מען אלס זאגן אז דער ס"מ שטייט אינדרויסן און לאזט קיינעם נישט אריין.... אזוי האט מען יעדע וואך נאכאמאל זיך פרובירט צו מחזק זיין... 
 
ביז…
 
ביז ענדליך האט אויסגעקוקט ווי די זון שיינט אונז אויף ס'האט אנגעהויבן אויסקוקן ווי זאכן הייבן זיך אן רוקן איך האב געטראפן א פלאץ פאר א שוהל! אוי בין איך געווען אויפגעלעבט ביי יענער חבורה איך האב געטראפן א פלאץ, דער לענדלארד איז א נארמאלער מענטש, די פלאץ איז א גאס אוועק פון מיין הויז ניין ס'איז בכלל נישט ריזיג אבער אויף אנצופאנגען איז עס פונקט גוט.... די פרייז איז אויך גאנץ מענטשליך.... מ'דארף נאר ווארטן צוויי וואכן ס'זאל ווערן גרייט ווייל דער לענדלארד מאכט עס איבער... און נאכדעם קען מען זיך אריינציען!
 
דאס איז עס האב איך געטראכט צו זיך, איך זעה שוין אן עתיד צו קומען צו א חבורה ביי איינעם אינדערהיים איז נישט אזוי גרינג פאר יעדן... אבער אז ס'וועט זיין א שול וועט דער עולם קומען אין די מאסן!
 
אונז זיצן ביי די חבורה און מ'טוט העפטיג דורך אלע מעלות און חסרונות פון די פלאץ... מ'הייבט אן אויסצוארבעטן א פלאן פון וואו ס'וועט זיין געלט... ס'איז נישט געווען קיין פלאן... מ'גייט זיך פארלאזן אויף ניסים... קודם לאמיר האבן די פלאץ נאכדעם וועט מען זעהן...
 
מ'איז אויפגעלייגט און אויפגעלעבט... איך שמועס איבער מיט'ן לענדלארד אלע לעצט מינוטיגע איינצלהייטן... למעשה זאגט ער, ער האט נישט קיין חשק לכתחילה צו פארדינגען דעם פלאץ פאר א שול... ער וויל עס קודם אדווערטייזן פאר אפיסעס און מ'וועט זיין בקשר!
 
קראךךך…
 
איר געדענקט נאך די דמיונות ארטיקל... עפעס אזוי... נאר אן די זיסע מוסר השכל... די גאנצע באבל האט געקראכט און איך האב געשפירט ווי איך דערהייב עס מער נישט אפשר זענען זיי אלע געווען גערעכט... לאנדאן איז נישט אמעריקע.... דא קען עס נישט געשען... אפשר אין צוואנציג דרייסיג יאר.... אפשר?! אפשר זענען זיי אלע טאקע גערעכט? אפשר איז טאקע נישט דא קיין עתיד...
 
אבער די חבורה לאזט זיך נישט, לאמיר מאכן שלש סעודת! זיכער, מיר זענען אלע איינשטימיג אויף די וויכטיגקייט פון דעם... מ'קען עס מאכן ביי דיר? יא זיכער! ס'פארט ארויס א טעקסט צו אלע אנשי שלומינו לאנדאן אז שלש סעודת וועט אי"ה דעם וואך ביי מיר אין שטוב. מ'איז שנעל געלאפן איינקויפן און מ'גרייט זיך און מ'האפט אז ס'וועט זיין פלאץ... למעשה זענען פיר אידן אנגעקומען... איך האב אפילו נישט געדארפט שלעפן אן איבריגע בענקל... 
 
אויף נעקסטע וואך האט מען מחליט געווען אז מ'גייט עס מאכן ביי שמחה בלאק אינדערהיים ס'דא מער מקורבים וואס וואוינען נעבן אים... אפשר גייט א גרעסערע עולם קומען... אבער דער סמ"ך מ"ם האט נישט אנטוישט... יא ס'איז געקומען נאך איינער וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען.... אבער מ'האט געשפירט אז אינדרויסן שטייט דער ס"מ און לאזט נישט אריין קיינעם... 
 
די נעקסטע וואך האט מען געמאכט א מלוה מלכה און ס'איז שוין יא אנגעקומען אביסל מער אנשי שלומינו ס'האט שוין אנגעהויבן אויסזען ווי אפשר איז די זון נאכנישט אינגאנצן אונטערגעגאנגען... אפשר איז יא דא א האפענונג... 
 
מיטוואך קלינגט מיר אונזערע חשובע געטרייע גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו פרעגן אויב מ'קען מאכן א מנין שבת חנוכה ביי מיר אינדערהיים? זיכער אדרבה ואדרבה! ס'שוין פרייטאג נאכמיטאג איך ווארט שוין אויף די טעקסט אז מיר גייען האבן א מנין אבער ס'קומט נישט! 
 
איך קלינג אן דעם גבאי... וואס איז די מעשה? ווען דאווענט מען? אוי! ציעט ער ארויס א קרעכץ.... וואס זאל איך דיך זאגן זאגט ער מיט שטימע וואס איז מעיד אויף ערנסטע בילבולים... מיר האבן נאר פינף מענטשן! פאר מיר איז דאס שוין געווען ממש מכה בפטיש א גאנץ שבת האב איך זיך ארומגעטראגן מיט א שווער הארץ... מה נפשך אויב שבת חנוכה ווען ס'איז א גרויסע ענין ביי אנשי שלומינו זיך צאמצוקומען האבן אונז נישט קיין מנין... וואס איז דעמאלט בכלל די שכל פון עפענען א שוהל? פאר וועמען? אוי האבן די אלע קליינע יאוש טראפקעלעך באוויזן צו מאכן א לאך אין מיין הארץ איך בין ממש געווען אויס מענטש! נישטא קיין עתיד האט מיין קאפ געגראגערט... 
 
איך האב פרובירט צו האלטן די אלע בילבולים ביי מיר אין בויך...(אפשר איז עס נישט געווען ריכטיג...) איך האב פשוט מורא געהאט קאלט צו מאכן אנדערע... אבער איך האב אנגעהויבן ווערן אביסל מיואש איך האב נישט אויפגעהערט צו בעטן נאכאמאל און נאכאמאל אבער ס'האט זיך שוין אנגעהויבן שפירן ווי א תפילת שוא...
 
דינסטאג א טאג נאך חנוכה א טאג נאכן פייערן די גרויסע ברסלב'ע יום טוב... אזוי האט דער ראש ישיבה געזאגט ס'מוז זיין אז די חשמונאים זענען געווען ברסלב'ער ווייל נאר א ברסלב'ער קומט אן צו חורבן און אנשטאט באוויינען דעם חורבן לויפט ער זוכן א פך שמן... א נקודה טובה... און ער פרייט זיך מיט דעם אפילו ס'איז נאר דא גענוג פאר איין טאג.... איי וואס וועט זיין מארגן? מארגן גייט מען בעטן דעם אייבערשטן! בקיצור איך זיץ אין שוהל איך ענדיג מיינע שיעורים אויפן וועג ארויס טשעק איך מיין פאון און איך זע דריי מיסד קאלס פון ר' שמחה בלאק הי"ו  איך רוף אים צוריק ער הייבט אויף די פאון און שטימע פול מיט רוח חיים זאגט ער מיר: "העללא - ס'קען זיין אז אונז האבן אפשר א פלאץ!" אוי נאכאמאל דער פעין טראכט איך צו מיר? איך פרעג אים פאר וועמען, אונז האבן דאך נישט מער קיינעם? אבער ער ווערט נישט פארלוירן און מיט א פאזיטיווע שטימע זאגט ער דער אייבערשטער וועט העלפן! 
 
אקעי טראכט איך צו מיר אפשר טאקע? אפשר דאס מאל איז עס עכט? איך פרוביר מיר צו מאכן פרייליך און ענטוזיאסטיש וועגן דעם... איך בעהט דעם באשעפער נאכאמאל און נאכאמאל דאסמאל שוין מיט זודיגע טרערן, באשעפער האב שוין אויף אונז רחמנות העלף אז דאסמאל זאל עס שוין זיין עכט ווייל איך שפיר ווי איך דערהייב עס מער נישט... אויב גייט דא ווייטער זיין א דורכפאל ווייס איך נישט ווי אזוי איך גיי עס קענען דערהייבן! 
 
מיטוואך צופרי שיקט מיר ר' שמחה נ"י בילדער פון די פלאץ ס'איז שיין איבערגעמאכט ס'איז נישט צו גרויס..... אבער אויף אנצוהייבן איז עס פונקט גוט.... איך באטראכט די בילדער איך זעה שוין ווי דארט גייט זיין די ארון הקודש און דא די בימה ... ביינאכט קומט די באמבע - - מ'האט געסיינט קאנטראקט!!!! 
 
איך קען זאגן איך האב ממש געשפירט דעם טייוול ארויספליען פון מיר דעמאלסט... די שמחה וואס איז דעמאלט אין מיר אריין איך האב זיך גענומען טאנצן ס'איז דא א פלאץ! אונז גייען זיך שטארקן און דורכמאכן דעם שווערן תקופה וואס איז אריבער און פייפן אויף די וועלט! אפשר אין דרייסיג פערציג יאר? יעצט שוין! דאס יאר! 
 
דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די ערשטע חבורה "בבית מדרשינו" דער עולם איז געווען אין אזא הויכע פרייליכע שטימונג אז ס'נישט מעגליך אפילו עס אראפצולייגן אויף פאפיר איך ווייס נישט אויב די חברים האבן באמערקט אבער איך האב זיך נישט אויפגעהערט ציפן צו מאכן זיכער אז דאס איז עכט! איך זיץ יעצט אין "בית המדרש היכל הקודש לאנדאן" מיט א ריזיגער שמייכל אויסגעצויגן אויף מיין געזיכט דידן נצח! ווי מעיד איט!!! די שוהל וואס איז געבויט געווארן פון טויזנטער טויזנטער תפילות.... דייקא ווען מ'האט געשפירט אז ס'איז גענדיגט.... פאר וועמען.... פארוואס?.... דעמאלט האט די זון געגעבן אזא שיין אויף! עס איז געווען א געפאקטע חבורה דער גבאי ר' שמואל אליעזר פערל נ"י האט גערעדט גאר ווארימע שטארקע דיבורים פול מיט חיזוק מ'האט געזונגען געשמאקע ניגוני התחזקות ס'איז געווען אזוי דערהויבן מ'האט גארנישט געקענט דערקענען וואס די מצב איז געווען מיט קוים אפאר טאג פריער... 
 
נאך די חבורה האט מען אנגעהויבן פלאנען דעם "ערשטן" שבת.... און מ'האט מחליט געווען צו גיין צוביסלעך... קיין ספר תורה האבן מיר דערווייל נישט לאמיר קודם אנהייבן נאר מיט שלש סעודת און מ'וועט שוין זעהן ווייטער... יעדער איז מסכים ס'דא א שוהל ממש דא ווי מ'קען דאווענען מנחה און נאכדעם וועט מען זיך צוזאמען קומען פאר שלש סעודת... 
 
איין פראבלעם איז דא מ'דארף א פרידשידער ווייל אין דער געגנט פון די שוהל איז נאכנישט דא קיין עירוב... און מ'דארף האבן ווי צו האלטן אלע זאכן פריש... אונזער חשובער חבר ר' משה אהרן גינזבערג הי"ו רוהט נישט איין ער וועט שוין טרעפן עפעס א נדבן און וואס מיינט איר פרייטאג אפאר שעה פאר די זמן קומט ער אן מיט א ברענד נייע פרידשידער!!! שכח אייבערשטער! 
 
פרייטאג קומט אן די טעקסט פון "ביהמ"ד היכל הקודש לאנדאן" די דריזל וואס איך שפיר יעדער מאל איך זעה דער ווערטער ס'איז א ריעלעטי אונז האבן א ווינקל! 
 
לקראת שבת לכו ונלכה! דער וואך שבת בין איך נישט געגאנגען דאווענען נאר געטאנצט די גאנצע וועג ס'איז אינגאנצן א אנדערע סארט שבת... ס'איז א שבת מיט א בית המדרש היכל הקודש לאנדאן! איך האב קוים געקענט אויסווארטן זיך שוין צו זעהן אויפן וועג צו "אונזער" בית המדרש... דער זייגער שלאפט נישט... ס'איז שוין פערטל נאך דריי איך לאז זיך ארויס אויף די האלבע שעה'דיגע וועג צו די נייע שוהל א מחיה א האלבע שעה שפאציר וואס איך קען רעדן צום אייבערשטן און זיך מתבודד זיין שכח אייבערשטער! 
 
נאך א האלבע שעה בין איך אנגעקומען צו די דערנעבנדיגע שול דאווענען מנחה נאך מנחה גייען מיר מיט פרייליכע טריט צו "אונזער" בית המדרש! איך קום אריין אין שוהל שוין דא דארט אפאר חברים מ'זעצט זיך אוועק יעדער פרוביר עס צו פראססעסן אונז האבן עס געמאכט!! די טיש איז הערליך שיין צוגעגרייט מיט כל טוב וטוב, מיר וואשן זיך אונז הייבן אן עסן שלש סעודת און איך זיץ מיט אפענע אויגן און שטוין נאך איינער קומט אריין און נאך איינער ס'פילט זיך שוין אן... מ'הייבט שוין אן טראכטן ווער ווייסט אפשר וועט מען נאך האבן דא א מנין אויף מעריב.... 
 
מיר הייבן אן אתקינו סעודתא מיט די ווארימע ברסלב'ער נוסח און ביי מזמור לדוד איז שוין נישט געווען גענוג פלאץ ארום די טיש!!!! דער גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו  האט גערעדט ווארימע געשמאקע דברי התחזקות נאכדעם האבן מיר גענדיגט די זמירות שלש סעודות. 
 
נאך די זמירות האט מען געזונגען ווארימע ניגונים דער חשובער געטרייער מלמד מו"ה נחמיה פקשר הי"ו האט געזונגען מיט די קינדער און געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער די אטמאספער איז געווען אזוי הויך!!! 
 
נאכדעם האט מען געבענטשט מיט א קנאקעדיג אלוקינו... יא מיר זענען געווען מער פון א מנין דאס איז אזוי אומגלויבליך!!! ר' שמחה בלאק הי"ו איז צוגעגאנגען צו מעריב און נאך מעריב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טאנץ אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!!!
 
יא דער אייבערשטער האט אונז נאכאמאל געוויזן אז מיט תפילה קען מען אלעס אויספועלן אפילו דאס אוממעגליכע... 
 
מיר בעטן ווייטער דער אייבערשטער אז די פלאץ זאל וואקסן און בליען און זיין א צענטער פון חיזוק פאר אנשי שלומינו און דינען ווי א לייכט טורעם אויף די שטאט לאנדאן. 
 
שכח אייבערשטער שכח אייבערשטער שכח אייבערשטער!!!!!!!!